Langue   

בּעריאָזקעלע

Viktor Ullmann / װיקטאָר אולמאַן
Langue: yiddish




רוּאיג, רוּאיג שׁאָקעלט איר געלאָקטעס גרינעס קעפעל
מײן װײסינקע בּעריאָזקעלע אוּן דאַװענט אָן אַ שׁיעוּר;
יעדעס, יעדעס בּלעטעלע איר'ס שׁעפּטשׁעט שׁטיל אַ תּפילה
זייִ שוֹין, קלײן בּעריאָזקעלע, מתפּלל אוֹיך פאַר מיר

איך בּין דאָ אַן עלענטער געקוּמען פוּן דער װײטען,
פרעמד איז מיר דער גאָט פוּן דאַן' אוּן פרעמד איז מיר זײן שפּראַך;
נישׁט ער װעט מײן טרוֹיער זען אוּן נישׁט פאַרשׁטײן מײן תּפילה,
כאָטשׁ איך װעל מתפּלל זײן, מתפּלל זײן אַ סך.

פוּן װײטען מערבֿ האָט זיך טרוֹיעריק פאַרגנבֿעט
אין די דינע צװײגעלעך אַ ראָזער צאַרטער שׁטראַל;
אוּן אַ שׁטילן קוּשׁ געטוּן די בּלעטעלעך די קלײנע,
װעלכע האָבּן דרעמלענדיק געהאָרכט דעם נאַכטיגאַל.

פוּן די װײטע פעלדער איז אַ װינטעלע געקוּמען
אוּן דערצײלט די בּלעטעלעך לעגענדעס אָן אַ שׁיעוּר,
עפּעס האָט אין האַרץ 'ן טיף בּײ מיר גענוּמען בּענקען
זייִ שוֹין, קלײן בּעריאָזקעלע, מתפּלל אוֹיך פאַר מיר.



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org