Language   

זאַמדן גליׅען אױף דער זון

Dovid Beyglman [David Beygelman] / דויד בײגלמאַן
Language: Yiddish




גײ איך פֿרי אַרױס אין פֿעלד,
לײַכט פֿון װײַטן דײַן געצעלט;
װאַרף איך דאָרט אַהין מײַן בליק,
פֿילט מײַן האַרץ זיך אָן מיט גליק;
שפּרײַז איך באָרװעס אַזױ אין פֿעלד,
לאַכט זו מיר די גאַנצע װעלט;
קום איך צו דײַן הײַזל זו,
ערשט דו ביסט שױן דאָרט ניטאָ.

זאַמדן גליׅען אױף דער זון,
קלינגט פֿון װײַט אַ צאַרטער טאָן,
בענק איך, שפּרינגט דאָס האַרץ אַרױס,
צינדט אַ פֿלאַם און לעשט זיך אױס.
װערט די װעלט בלאַס און בלײך,
ברומט אַ ניגן שטיל דער טײַך,
שטרעק איך אױס די האַנט צו דיר:
קום, מײַן טײַערער, צו מיר!

ס'איז פֿאַרנאַכט שױן, זאַנפֿט און שטיל
שפּילט אַ װינטל, גלעט מיך קיל.
פֿאַלט די זון אׇרײַן אין טײַך,
קוקט דער סערףּ פֿאַרשעמט און בלײך.
זוך איך דיך בײַם ראַנד װאַלד,
פֿון װײַטן קומט די נאַכט אָן באַלד -
גײ איך דאָ פֿון בענקשאַפֿט אױס,
קוק איך מײַנע אױגן אױס.

זאַמדן גליׅען אױף דער זון,
קלינגט פֿון װײַט אַ צאַרטער טאָן,
בענק איך, שפּרינגט דאָס האַרץ אַרױס,
צינדט אַ פֿלאַם און לעשט זיך אױס.
װערט די װעלט בלאַס און בלײך,
ברומט אַ ניגן שטיל דער טײַך,
שטרעק איך אױס די האַנט צו דיר:
קום, מײַן טײַערער, צו מיר!



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org