Langue   

Langue: yiddish




װען כ'ברעך דורך די טירן פֿון אָרט און צײַט,
שטײסטו פֿאַר מיר אין פֿאַרנעפּלטער װײַט;
און פֿון אונטער די צאַמען פֿאַרלײגטע אַפֿיר
דו שמײכלסט אַן אײביקן שמײכל צו מיר,
מײַן חבֿרטע מינציע.

געװאָקסן אין אײנעם אױף דער זעלביקער באַס,
קינדער צעפֿלױגן אין שפּיל און אין שפּאַס,
קעשענעס פֿול מיט געלעכטער און פֿרײד,
די גאָרע װעלט פֿאַר אונדז אָפֿן און גרײט.

נו, װסר װאָלט געריכט זיך, אפֿילו געטראַכט,דערשאָסן
אַז נאָענט בײַ דער שװעל װאַרט אַ פֿינסטערע נאַכט,
און אונדזער שטײנגאׇס װי אַ פֿײַערליקער שטראָם
װגט װעשן פֿאַרשלונגען אין פֿינסטגרן תּהום,
מײַן חבֿרטע מינציע.

װער אין גיהנם טראַנסנךסטער פֿאַרשיקט,
װער אין די געטאָס פֿאַרצאַמט און פֿאַרשטיקט,
װער ס'איז אַנטלאָפֿן איבערן נעסטער װוּ העט,
דו ביסט געפֿאַלן דערשאָסן אין װעג.

נאָך דער מלחמה, כ'גײ דורך דײַן הױז,
פּוסט װי אַ חורבֿה און הױל זעט עס אױס,
און אױף די טרעפּ זיצט פֿאַרניורעט און גראָ:
אַ שאָטן, דײַן טאַטע, נאָר דו ביסט נישטאָ,
מײַן חבֿרטע מינציע.



Page principale CCG

indiquer les éventuelles erreurs dans les textes ou dans les commentaires antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org