צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן
Avrom Reyzen [Abraham Reisen] / אברהם רױזעןOriginale | Versione in lingua ebraica di Avraham Levinson (1980), da zemereshet.co.il Dalla... |
צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן | מילים: אברהם רייזין תרגום/נוסח עברי: אברהם לוינסון לחן: עממי יידי |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, פֿרײַ באַהערשט די וועלט! ברעכט די צווײַגן, וואַרפֿט די ביימער, טוט וואָס אײַך געפֿעלט! | חוּלוּ חוּלוּ, רוּחוֹת קֹטֶב, בָּעוֹלָם תִּרְדּוּ. בִּסְעָרָה עֵצִים הַפִּילוּ, כָּל עָנָף גִּדְעוּ. |
טרײַבט די פֿייגל פֿון די וועלדער און פֿאַריאָגט זיי פֿאָרט; די וואָס קענען ווײַט נישט פֿליִען, — טייט זיי אויפֿן אָרט! | צִפֳּרִים גָּרְשׁוּ הַבְרִיחוּ מִכָּל עֵץ וּבַד. כָּל רַכָּה וְכָל נֶחְשֶׁלֶת תִּשָּׁמֵד מִיָּד. |
רײַסט די לאָדןס פֿון די פֿענצטער, שויבן ברעכט אַרויס! ברענט אַ ליכטל ערגעץ טונקל, — לעשט מיט צאָרן אויס! | תְּנַפְּצוּ תְּרִיסֵי כָּל בַּיִת, כָּל שִׁמְשַׁת חַלּוֹן. אַט בּוֹעֵר שָׁם נֵר בָּאֹפֶל – כַּבּוּ בְּחָרוֹן. |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, איצט איז אײַער צײַט! לאַנג וועט דויערן דער ווינטער, זומער איז נאָך ווײַט!… | חוּלוּ חוּלוּ, רוּחוֹת קֹטֶב, שְׁעַתְכֶם עַכְשָׁו; עוֹד זְמַן רַב יִשְׁלֹט הַחֹרֶף, קַיִץ עוֹד לֹא שָׁב. |