| Il testo trascritto in caratteri latini. E' tratto da zemerl.com. |
מאַך צו די אײגעלעך | MAKH TSU DI EYGELEKH |
| |
מאַך צו די אײגעלעך - אָט קומען פֿײגעלעך | Makh tsu di eygelekh - ot kumen feygelekh |
און קרײַזן דאָ אַרום צוקאָפּנס פֿון דײַן װיג | un krayzn do arum tsukopns fun dayn vig |
דאָס פּעקל אין דער האַנט דאָס הױז אין אַש און בראַנט | dos pekl in der hant dos hoyz in ash un brandt |
מיר לאָזן זיך, מײַן קינד, זוכן דליק. | mir lozn zikh, mayn kind, zukhn glik. |
| |
די װעלט האָט ג-ט פֿאַרמאַכט און אומעטום איז נאַכט | di velt hot G-t farmakht un umetum iz nakht |
זי װאַכט אױף אונדז מיט שױדער און מיט שרעק. | zi vakht af undz mit shoyder un mit shrek. |
מיר שטײען בײדע דאָ אין שװערער שװערער שאָ | mir shteyen beyde do in shverer shverer sho |
און װײסנ ניט װוּהין ספֿירט דער װעג. | un veysn nit vuhin sfirt der veg. |
| |
מען האָט אונדז נאַקעט בלױז פֿאַריאָגט פֿון אונדזער הױז | men hot undz naket bloyz faryogt fun undzer hoyz |
אין פֿינצטערניש געטריבן אונדז אין פֿעלד | in fintsternish getribn undz in feld |
און שטורעם, האָגל, װינט ס'האָט אונדז באַגלײט, מײַן קינד, | un shturem, hogl, vint s'hot undz bagleyt, mayn kind, |
באַגלײט אונדז אינעם אָפּגרונט פֿון דער װעלט | bagleyt undz inem opgrunt fun der velt. |