Originale | Traduzione / Translation / Traduction / Suomennos: Juha Rämö |
בּעריאָזקעלע | PIENI KOIVU |
| |
רוּאיג, רוּאיג שׁאָקעלט איר געלאָקטעס גרינעס קעפעל | Hiljaa, niin hiljaa huojuttaa vihreää latvustaan |
מײן װײסינקע בּעריאָזקעלע אוּן דאַװענט אָן אַ שׁיעוּר; | pieni valkea koivuni, kun se rukoilee taukoamatta. |
יעדעס, יעדעס בּלעטעלע איר'ס שׁעפּטשׁעט שׁטיל אַ תּפילה | Sen jokainen pieni lehti kuiskaa rukouksen. |
זייִ שוֹין, קלײן בּעריאָזקעלע, מתפּלל אוֹיך פאַר מיר | Rakas pieni koivu, lisää niihin minun rukoukseni. |
| |
איך בּין דאָ אַן עלענטער געקוּמען פוּן דער װײטען, | Olen tullut kaukaa köyhänä ja kurjana. |
פרעמד איז מיר דער גאָט פוּן דאַן' אוּן פרעמד איז מיר זײן שפּראַך; | Tämän paikan jumala on vieras ja hänen sanansa outo. |
נישׁט ער װעט מײן טרוֹיער זען אוּן נישׁט פאַרשׁטײן מײן תּפילה, | Hän ei näe murhettani eikä ymmärrä pyyntöjäni, |
כאָטשׁ איך װעל מתפּלל זײן, מתפּלל זײן אַ סך. | vaikka sinun laillasi rukoilen lakkaamatta. |
| |
פוּן װײטען מערבֿ האָט זיך טרוֹיעריק פאַרגנבֿעט | Kaukaa lännestä hiipii hento punainen hehku |
אין די דינע צװײגעלעך אַ ראָזער צאַרטער שׁטראַל; | ja alkaa luoda surullista valoaan hennoille oksillesi. |
אוּן אַ שׁטילן קוּשׁ געטוּן די בּלעטעלעך די קלײנע, | Ääneti se suutelee kaikkia pieniä lehtiäsi, |
װעלכע האָבּן דרעמלענדיק געהאָרכט דעם נאַכטיגאַל. | jotka uneksien kuuntelivat satakielen laulua. |
| |
פוּן די װײטע פעלדער איז אַ װינטעלע געקוּמען | Halki avarien maiden kantaa tuuli, |
אוּן דערצײלט די בּלעטעלעך לעגענדעס אָן אַ שׁיעוּר, | joka varmaan keroo lehdillesi monia tarinoita. |
עפּעס האָט אין האַרץ 'ן טיף בּײ מיר גענוּמען בּענקען | Syvä kaipaus alkaa kyteä sydämessä. |
זייִ שוֹין, קלײן בּעריאָזקעלע, מתפּלל אוֹיך פאַר מיר. | Rakas pieni koivu, rukoilethan puolestani. |