קינדער-יאָרן
Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיגOriginale | Traduzione polacca di Ewa Grochowska |
קינדער-יאָרן קינדער-יאָרן, זיסע קינדער-יאָרן, אייביק בלייַבט איר וואַך אין מייַן זיכּרון! ווען איך טראַכט פֿון אייַער צייַט, ווערט מיר אַזוי באַנג און לייַד - אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן! נאָך שטייט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אויגן, וווּ איך בין געבוירן, אויפֿגעצויגן, אויך מייַן וויגל זע איך דאָרט, שטייט נאָך אויף דעם זעלבן אָרט - ווי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלויגן. און מייַן מאַמע - אַך, ווי כ´פֿלעג זי ליבן, כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן; יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט מיר נאָך אַזוי גוט באַקאַנט, כאָטש קיין צייכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן. נאָך זע איך דיך, פֿייגעלע, דו שיינע, נאָך קוש איך די רויטע בעקלעך דייַנע, דייַנע אויגן, פֿול מיט חן, דרינגען אין מייַן האַרץ אַרייַן - כ´האָב געמיינט, דו וועסט אַ מאָל זייַן מייַנע. קינדער-יאָרן - יונגע, שיינע בלומען! צ´ריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען; יאָרן אַלטע, טרויעריקע, קאַלטע, מרה-שחורהדיקע האָבן אייַער שיינעם פּלאַץ פֿאַרנומען. קינדער-יאָרן, כ´האָב אייַך אָנגעוווֹירן! מייַן געטרייַע מאַמען אויך פֿאַרלוירן; פֿון דער שטוב נישטאָ קיין פֿלעק, פֿייגעלע איז אויך אַוועק - אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן. | DZIECIĘCE LATA Dziecięce lata, zostałyście ze mną Choć rozstaliśmy się tak dawno Kiedy o was pomyślę Smutno mi i ciężko Oj, jak szybko przyszła starość. Wspominam rodzinny dom Gdzie z dziecka wyrastałem To moja kolebka Kiedyś w niej leżałem Wszystko przeminęło szybko jak sen. Widzę Ciebie, piękna Fejgełe I całuję w rumiane policzki Twoje ciemne oczy Poruszały moje serce Marzyłem, żebyś była ze mną. Dziecięce lata zostały gdzieś w tyle Z miłą matką na zawsze się rozstałem Nie ma już Fejgełe i domu już nie ma Oj, jak szybko przyszła starość. |