אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ
anonyme
Originale | La trascrizione in caratteri latini. |
אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ | IN ALE GASN, oder HEY, HEY, DALOY POLITSEY |
אין אַלע גאַסן, וווּ מען גייט, הערט מען זאַבאַסטאָווקעס. ייִנגלעך, מיידלעך, קינד־און־קייט, שמועסן פֿון פּריבאָװקעס. ייִנגלעך, מיידלעך, קינד־און־קייט, שמועסן פֿון פּריבאָװקעס. | In ale gasn vu men geyt Hert men zabastovkes. Yinglekh, meydlekh, kind-un-keyt Shmuesn fun pribovkes. Yinglekh, meydlekh, kind-un-keyt Shmuesn fun pribovkes. |
גענוג שוין, ברידער, האָרעווען, גענוג שוין באָרגן־לײַען, מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע, לאָמיר, ברידער, זיך באַפֿרײַען! מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע, לאָמיר, ברידער, זיך באַפֿרײַען! | Genug shoyn brider horeven, Genug shoyn borgn-layen, Makht a zabastovke, Lomir, brider, zikh bafrayen! Makht a zabastovke, Lomir, brider, zikh bafrayen! |
ברידער און שוועסטער, לאָמיר זיך געבן די הענט, לאָמיר מיקאָלײַקעלען צעברעכן די ווענט! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! | Brider un shvester, Lomir zikh gebn di hent, Lomir Mikolaykelen tsebrekhn di vent! |
ברידער און שוועסטער, לאָמיר גיין צוזאַמען. לאָמיר מיקאָלײַקעלען באַגראָבן מיט דער מאַמען! היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויעץ וו׳ראָסיי | Hey, hey, daloy politsey! Daloy samederzhavye v'Rasey! Hey, hey, daloy politsey! Daloy samederzhavye v'Rasey! |
ברידער און שװעסטער, לאָמיר זיך ניט אירצן, לאָמיר מיקאָלײַקעלען די יאָרעלעך פֿאַרקירצן! | Brider un shvester, lomir zikh nit irtsn, Lomir Mikolaykelen di yorelekh farkirtsn! |
היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! | Hey, hey, daloy politsey! Daloy samederzhavye v’Rasey! |
נעכטן האָט ער געפֿירט אַ וועגעלע מיסט, הײַנט איז ער געוואָרן אַ קאַפּיטאַליסט. | Nekhtn hot er gefirt a vegele mit mist, Haynt iz er gevorn a kapitalist! |
היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! | Hey, hey, daloy politsey! Daloy samеderzhavye v’Rasey! |
ברידער און שוועסטער, לאָמיר גיין צוזאַמען. לאָמיר מיקאָלײַקעלען באַגראָבן מיט דער מאַמען! | Brider un shvester, lomir geyn tsuzamen, lomir Mikolaykelen bagrobn mit der mamen! |
היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! | Hey, hey, daloy politsey! Daloy samеderzhavye v’Rasey! |
קאָזאַקן, זשאַנדאַרמען, אַראָפּ פֿון די פֿערד! דער רוסישער קײסער ליגט שױן אין ד'ר ערד! | Kozakn, zhandarmen, arop fun di ferd! Der rusisher keyser ligt shoyn in dr'erd! |
היי, היי, דאָלוי פּאָליציי, דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי! | Hey, hey, daloy politsey! Daloy samеderzhavye v’Rasey! |