Originale | Traslitterazione dal sito ufficiale degli Yiddish Glory |
שפּאַציר אין וואַלד | שפּאַציר אין וואַלד |
| |
מיר זיינען ערשט נעכטן געגאנגען | Mir zaynen ersht nekhtn gegangen |
יאגעדאס קלײַבן אין וואלד. | Yagedas klaybn in vald. |
געזונט זײַ מיין ליבע, מיין שיינע, | Gezunt zay mayn libe, mayn sheyne, |
כ׳גיי אפן פראָנט אוועק באלד… | Kh’gey afn front avek bald… |
| |
– מיר האָבן אין וואלד געשפאצירט, | – Mir hobn in vald geshpatsirt, |
קווייטן געריסן, און בלומעּן, | Kveytn gerisn, un blumen, |
אוי, טײַערער מײַנער און ליבער, | Oy, tayerer mayner un liber, |
געזונט פונעם פראָנט זאָלסטו קומען… | Gezunt funem front zolstu kumen… |
| |
– ס׳הייבט שוין אָן ,ליבע, צו טאָגן, | – S’heybt shoyn on, libe, tsu togn, |
עס ווערן פארלאָשן די שטערן. | Es vern farloshn di shtern. |
היטלערן וועל איך דערשלאָגן | Hitlern vel ikh dershlogn |
נאכדעם אהיים זיך אומקערן… | Nakhdem aheym zikh umkern… |
| |
– אָט איז שוין די זון אויפגעגאנגען, | – Ot iz shoyn di zun oyfgegangen, |
ליכטיק וועט ווערן דער וועלט. | Likhtik vet vern der velt. |
נויקעם זיך אין די פאשיסטן | Noykem zikh in di fashistn |
ז׳קום מיט אנ׳אָרדען מײַן העלד… | Z’kum mit an’orden mayn held… |
| |
– קומען וועל איך מיט אן אָרדען, | – Kumen vel ikh mit an orden, |
און מיטן ענדגילטיקן זיג… | Un mitn endgiltikn zig… |
טײַערס! גענוג מיך בייגלייטן, | Tayers! Genug mikh beygleytn, |
קער זיך אהיים שוין צוריק. | Ker zikh aheym shoyn tsurik. |
| |
– אהיים וועל איך שוין זיך אומקערן | – Aheym vel ikh shoyn zikh umkern |
און דיר א געטרײַער פארבלײַבן, | Un dir a getrayer farblaybn, |
נאָר טײַערע מײַנער און ליבער, | Nor tayere mayner un liber, |
אָפט זאָלסטו בריוועלעך מיר שרייבן... | Oft zolstu brivelekh mir shraybn |