Language   

Einheitsfrontlied

Bertolt Brecht
Back to the song page with all the versions


צו איינס, צוויי, דריי(Tsu Eins, Zwei, Drei!)
וּבַאֲשֶׁר אָדָם הוּא
וְלֹא יֹאבֶה אֶקְדּוֹחַ מוּל רֹאשׁוֹ
לֹא עֲבָדִים מִדְרַס רַגְלָיו
אַף לֹא אֲדוֹן מֵעָלָיו.
1.
עס האָט אונדז דאָס לעבן געפֿונען,
דאָס לעבן פֿון זוניקע טעג,
האָט יעדער אין לאַנד אַזױ מונטער געשפּאַנט
און באַזונדער געגאַנגען אין װעג.
צו אײנס, צװײ דרײַ, -
צו אײנס, צװײ דרײַ, -
אױף אַרבעט אין װעג זיך געלאָזט
יעדער טראָט האָט זײַן קלאַנג,
יעדער װעג זײַן געזאַנג,
װען דו גײסט, און דו װײסט און פֿאַרװאָס
קוּם חַד וּתְרֵי!
קוּם חַד וּתְרֵי!
אֶל שׁוּרוֹת מַחֲנֵה עָמָל
הִצְטָרֵף אֶל חֲזִית עֲמֵלִים אַחַת
בַּאֲשֶׁר אַתָּה פּוֹעֵל.
2.
איצט איז פֿאַר אונדז פֿאַרװערט טראָטואַרן,
כאָטש אַנדערע גײען דאָרט פֿרײַ,
און מיר, טוט אַ קוק
אױפֿן שטײנערנעם ברוק,
אונטער אײַזערנע קלעפּ פֿון נאַגײַ.
צו אײנס, צװײ דרײַ,
צו אײנס, צװײ דרײַ,
דעם ברוק האָט מען אונדז נאָר געלאָזט
האָט דער טראָט אַזאַ קלאַנג
גאָר אַן אַנדער געזאַנג,
װען דו גײסט און דו װײסט נישט פֿאַרװאָס?
מֵאָז פּוֹעֵל פּוֹעֵל הוּא
לֹא יוֹשִׁיעַ בַּחֶלֶד שׁוּם אָדָם
חֵרוּת פְּרוֹלֶטָארִים בְּיָדָם
וְאֵין אַחֵר זוּלָתָם.
3.
עס האָבן אַלטע און יונגע
דאָס לעבן געבױט און געהאָפֿט,
ביז עס האָט אַזאַ שװערד
אַלץ פֿאַרװיסט פֿון דער ערד
און געפֿירט האָט מען אונדז װי אַ שאָף.
צו אײנס, צװײ דרײַ,
צו אײנס, צװײ דרײַ,
אַזױ װי די שאָף זיך געלאָזט,
װוּ דײַן פֿרױ, און דײַן קינד
און דאָס גאַנצע געזינד,
האָבן געפֿרעגט װוּהין און פֿאַרװאָס?
קוּם חַד וּתְרֵי!
קוּם חַד וּתְרֵי!
אָן תֵּלֵךְ אַתָּה שׁוֹאֵל?
הִצְטָרֵף אֶל חֲזִית עֲמֵלִים אַחַת
בַּאֲשֶׁר אַתָּה פּוֹעֵל.
4.
נאָר ברודער אַן אַנדערער גײטס
װעט באַלד צו דײַן אױער דערגײן,
און די װאָס פֿאַר שרעק
געװען ערשט פֿאַרשטעקט
שפּאַנען מיט אונדז
נישט אַלײן.
צו אײנס, צװײ דרײַ,
צו אײנס, צװײ דרײַ,
די געסלעך, דעם טױער [או: די מויער] פֿאַרלאָזט!
ס'האָט דער טראָט אַזאַ קלאַנג
גאָר אַן אַנדער געזאַנג
װען דו גײסט, און דו װײסט שױן פֿאַרװאָס.


Back to the song page with all the versions

Main Page

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org