צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן
Avrom Reyzen [Abraham Reisen] / אברהם רױזעןOriginal | Versione inglese da circle.org |
צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, פֿרײַ באַהערשט די וועלט! ברעכט די צווײַגן, וואַרפֿט די ביימער, טוט וואָס אײַך געפֿעלט! טרײַבט די פֿייגל פֿון די וועלדער און פֿאַריאָגט זיי פֿאָרט; די וואָס קענען ווײַט נישט פֿליִען, — טייט זיי אויפֿן אָרט! רײַסט די לאָדןס פֿון די פֿענצטער, שויבן ברעכט אַרויס! ברענט אַ ליכטל ערגעץ טונקל, — לעשט מיט צאָרן אויס! הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, איצט איז אײַער צײַט! לאַנג וועט דויערן דער ווינטער, זומער איז נאָך ווײַט!… | WAILING, WAILING WINDS OF EVIL Wailing, wailing winds of evil, Play upon the land. Fell the trees and break the branches By your raging hand. Roust the birds from quiet meadows, let them seek to fly. If a wing is weak or broken, Crush them as they try. Wailing, wailing winds of evil, Though your time is nigh, Winter will not keep the light Of summer from the sky. |