| Il testo della canzone in traslitterazione.
|
שפיל זשע מיר אַ לידעלע אין יִידיש | SHPIL ZHE MIR A LIDELE IN YIDISH |
| |
שפיל זשע מיר אַ לידעלע אין יִידיש, | Shpil zhe mir a lidele in yidish, |
דערוועקן זאָל עס פֿרייד און ניט קיין חידוש, | Dervekn zol es freyd un nit keyn khidesh, |
אַז אַלע, גרויס און קליין, | Az ale, groys un kleyn, |
זאָלן קענען דאָס פֿאַרשטיין - | Zoln kenen dos farshteyn – |
פֿון מויל צו מויל דאָס לידעלע זאָל גיין ! | Fun moyl tsu moyl dos lidele zol geyn! |
| |
שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל - | Shpil, shpil, klezmerl, shpil, |
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל; | Veyst dokh, vos ikh meyn un vos ikh vil; |
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר, | Shpil, shpil ! Shpil a lidele far mir, |
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל! | Shpil a lidele mit harts un mit gefil! |
| |
אַ לידעלע אָן זיפֿצן און אָן טרערן - | A lidele on ziftsn un on trern, |
שפּיל אַזוי, אַז אַלע זאָלן הערן, | Shpil azoy, az ale zoln hern, |
אַז אַלע זאָלן זען : | Az ale zoln zen: |
איך לעב און זינגען קען, | ikh leb un zingen ken, |
שענער נאָך און בעסער, ווי געווען ! | Shener nokh un beser, vi geven ! |
| |
שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל - | Shpil, shpil, klezmerl, shpil, |
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל; | Veyst dokh, vos ikh meyn un vos ikh vil; |
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר, | Shpil, shpil ! Shpil a lidele far mir, |
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל! | Shpil a lidele mit harts un mit gefil! |
| |
שפיל זשע מיר אַ לידל וועגן שלום! | Shpil zhe mir a lidl vegn sholem ! |
זאָל שוין זייַן שלום - ניט קיין חלום! | Zol shoyn zayn sholem - nit keyn kholem ! |
אַז פֿעלקער, גרויס און קליין, | Az felker, groys un kleyn, |
זאַלן קענען דאָס פֿאַרשטיין, | Zoln kenen dos farshteyn, |
אַז קריגן און מלחמות זיך באַגיין… | On krign un milkhomes zikh bageyn... |
| |
שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל - | Shpil, shpil, klezmerl, shpil, |
ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל; | Veyst dokh, vos ikh meyn un vos ikh vil; |
שפּיל, שפּיל! שפּיל אַ לידעלע פֿאַר מיר, | Shpil, shpil ! Shpil a lidele far mir, |
שפיל אַ לידעלע מיט האַרץ און מיט געפֿיל! | Shpil a lidele mit harts un mit gefil! |
| |
לאָמיר זינגען ס´לידעלע צוזאַמען, | Lomir zingen s‘lidele tsuzamen, |
ווי גוטע פֿרייַנד, ווי קינדער פֿון איין מאַמען! | Vi gute fraynt, vi kinder fun eyn mamen! |
מייַן איינציקער פֿאַרלאנג: | Mayn eyntsiker farlang: |
ס´זאָל קלינגען פֿרייַ און פֿראַנק | S‘zol klingen fray un frank |
אין אַלעמענס געזאַנג - | In alemens gezang - oykh mayn gezang! |