| Trascrizione in caratteri latini: |
און דו אַקערסט | UN DU AKERST |
| |
און דו אַקערסט און דו זייסט, | Un du akerst un du zeyst, |
און דו פֿיטערסט און דו נייסט. | Un du fiterst un du neyst. |
און דו האַמערסט און דו שפּינסט | Un du hamerst un du shpinst, |
זאָג מייַן פֿאָלק וואָס דו פֿאַרדינסט? | Zog, mayn folk, vos du fardinst? |
| |
קלינג-קלאַנג קלינג-קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
קלאַפּט דער האַמער מיט זייַן געזאַנג! | Klapt der hamer mit zayn gezang. |
קלינג-קלאַנג קלינג קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
צערייַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צוואַנג! | Tserayst di keytn fun shklafn-tsvang! |
| |
וועבסט דייַן וועבשטול טאָג און נאַכט, | Vebst dayn vebshtul tog un nakht, |
גראָבסט אונדז אייַזן פֿון דער שאַכט, | Grobst undz ayzn fun der shakht, |
ברענגסט די שפֿע אונדז אַרייַן, | Brengst di shefe undz arayn, |
פֿול מיט תּבֿואה און מיט ווייַן. | Ful mit tvue un mit vayn. |
| |
קלינג-קלאַנג קלינג-קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
קלאַפּט דער האַמער מיט זייַן געזאַנג! | Klapt der hamer mit zayn gezang. |
קלינג-קלאַנג קלינג קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
צערייַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צוואַנג! | Tserayst di keytn fun shklafn-tsvang! |
| |
נאָר וווּ איז דייַן טיש געגרייט? | Nor vu iz dayn tish gegreyt? |
נאָר וווּ איז דייַן יום-טובֿ קלייד? | Nor vu iz dayn yontef kleyd? |
נאָר וווּ איז דייַן שאַרפֿע שווערד? | Nor vu iz dayn sharfe shverd? |
וועלכעס גליק איז דיר באַשערט? | Velkhes glik iz dir bashert? |
| |
קלינג-קלאַנג קלינג-קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
קלאַפּט דער האַמער מיט זייַן געזאַנג! | Klapt der hamer mit zayn gezang. |
קלינג-קלאַנג קלינג קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
צערייַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צוואַנג! | Tserayst di keytn fun shklafn-tsvang! |
| |
שאַפֿסט אונדז אוצרות אָן אַ שיעור, | Shafst undz oytsres on a shiyer, |
אַלצדינג נאָר ניט פֿאַר דיר; | Altsding nor nit far dir; |
און פֿאַר זיך האָסטו אין נויט | Un far zikh hostu in noyt |
נאָר געשמידט אַ שווערע קייט... | Nor geshmidt a shvere keyt... |
| |
קלינג-קלאַנג קלינג-קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
קלאַפּט דער האַמער מיט זייַן געזאַנג! | Klapt der hamer mit zayn gezang. |
קלינג-קלאַנג קלינג קלאַנג! | Kling-klang, kling-klang! |
צערייַסט די קייטן פֿון שקלאַפֿן-צוואַנג! | Tserayst di keytn fun shklafn-tsvang! |
| |
מאַן פֿון אַרבעט אויפֿגעוואַכט, | Man fun arbet oyfgevakht, |
און דערקען דייַן גרויסע מאַכט, | Un derken dayn groyse makht, |
ווען דייַן שטאַרקער אָרעם וויל, | Ven dayn shtarker orem vil, |
בלייַבן אַלע רעדער שטיל. | Blaybn ale reder shtil. |