אַװרײמל דער מאַרװיכער
Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיגOriginal | Consiglio di ascoltare anche la versione italiana di Luca, da... |
אַװרײמל דער מאַרװיכער אָן אַ הײם בין איך יונג געבליבן ס׳האָט די נױט מיך אַרױסגעטריבן װען איך האָב נאָך קײן דרײַצן יאָר געהאַט אין דער פֿרעמד װײַט פֿון מאַמעס אױגן האָט אין שמוצ מיך די גאַס דערצױגן געװאָרן איז פֿון מיר אַ װױלער יאַט איך בין אַװרײמל דער פֿײקסטער מאַרװיכער אַ גרױסער קינסטלער כ׳אַרבעט לײַכט און זיכער דאָס ערשטע מאָל כ׳װעל׳ס געדענקען ביזן טױט אַרײַן אין טפֿיסע פֿאַר לאַקכענען אַ ברױט אױ אױ כ׳פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן כ׳צופּ נאָר בײַ קאַרגע שמוציקע מאַגנאַטן כ׳בין זיך מחיה װען כ׳טאַפּ אַזאַ מאַגנאַט איך בין אַװרײמל גאָר אַ װױלער יאַט אין דער פֿרעמד נישט געהאַט צום לעבן געבעטן ברױט אַן אָרעמער פֿלעגט נאָך געבן נאָר יענע לײַט װאָס זענען תּמיד זאַט פֿלעגן אָפֿט טרײַבן מיך מיט צאָרן ס׳װאַקסט אַ גאַנעװ ס׳איז מקום געװאָרן אַ גאַנעװ בין איך נאָר אַ װױלער יאַט איך בין אַװרײמל דער פֿײקסטער מאַרװיכער אַ גרױסער קינסטלער כ׳אַרבעט לײַכט און זיכער אַ יאַט אַ קלײנער אַרײַן אין קוטשעמענט אַרײַס אַ מאַזיק אַ זעלטנער טאַלענט כ׳פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן כ׳צופּ נאָר בײַ קאַרגע שמוציקע מאַגנאַטן כ׳האָב ליב אַ מענטש אַ מילדן אַ נאַש־בראַט איך בין אַװרײמל גאָר אַ װױלער יאַט שױן נישט לאַנג װעט דאָס שפּיל געדױערן קראַנק פֿון קלעפּ גיפֿט פֿון טפֿיסע מױערן נאָר אײן באַקאָשע כ׳װאָלט אַזױ געװאָלט נאָך מײַן טױט אין אַ טאָג אַ טריבן זאָל אױף מײַן מצבֿה שטײן געשריבן מיט אותיות גרױסע און פֿון גאָלד דאָ ליגט אַװרײמל דער פֿײקסטער מאַרװיכער אַ מענטש אַ גרױסער געװען װאָלט פֿון אים זיכער אַ מענטש אַ פֿײַנער מיט האַרצ מיט אַ געפֿיל אַ מענטש אַ רײנער װי גאָט אַלײן נאָר װיל אױ אױ װען איבער אימ װאָלט געװאַכט אַ מאַמעס אױגן װען ס׳װאָלט די פֿינצטערע גאַס אימ נישט דערצײַגן װען נאָך אַלס קינד ער אַ טאַטן װאָלט געהאַט דאָ ליגט אַװרײמל יענער װױלער יאַט | AVREML Nato al freddo in una notte triste son cresciuto solo per la strada Cos'altro mai poteva esser di me? Fui lasciato solo al mio destino Con il cuore puro stare al mondo e non avere niente da mangiar Io sono Avreml un gran lavoratore Tutti mi chiamano svelto nel mestiere La prima volta sempre ricorderò Furono mele e pane che rubai ay-ay E stavo in giro sempre per mercati E diventavo sempre più veloce E ancora adesso vado in giro e rubo E più son ricchi e più lavorerei hey hey! Ma si sa un bel gioco dura poco E rubare ai ricchi porta male E la prigione è umida si sa Rattristato solo e prigioniero M'è rimasto solo un desiderio Scrivete sulla tomba mia così... Qui giace Avreml Un gran lavoratore Sarebbe stato proprio un gran brav'uomo Se avesse avuto famiglia madre e padre e se non fosse cresciuto per le strade -eh! Niente scuola ma riformatorio Ma se invece avesse avuto un padre Se una madre l'avesse stretto al cuore Qui giace Avreml un gran lavoratore Se avesse avuto un padre ed una madre Qui giace Avreml un uomo assai per bene Se avesse avuto un padre ed una madre Qui giace Avreml gran lavoratore |