| La trascrizione in caratteri latini.
|
אין קאַמף | IN KAMF |
| |
מיר ווערן געהאַסט און געטריבן, | Mir vern gehast un getribn, |
מיר ווערן געפּלאָגט און פֿאַרפֿאָלגט. | Mir vern geplogt un farfolgt; |
און אַלץ נאָר דערפֿאַר ווײַל מיר ליבן | Un alts nor derfar vayl mir libn |
דאָס אָרעמע שמאַכטנדע פֿאָלק. | Dos oreme shmakhtnde folk. |
| |
מיר ווערן דערשאָסן, געהאַנגען, | Mir vern dershosn, gehangen, |
מען רױב אונדז דאָס לעבן און רעכט; | Men royb undz dos lebn un rekht; |
דערפֿאַר ווײַל מיר אמת פֿאַרלאַנגען | Derfar vayl mir emes farlangen |
און פֿרײַהײט פֿאַר אָרעמע קנעכט! | Un frayhayt far oreme knekht! |
| |
אָבער אונדז וועט ניט דערשרעקן, | Ober undz vet nit dershrekn |
געפֿענקעניש און טיראַנײַ, | Gefenkenish un tiranay, |
מיר מוזן די מענטשהײט דערוועקן | Mir muzn di mentshhayt dervekn |
און מאַכן זי גליקלעך און פֿרײַ. | Un makhn zi gliklekh un fray. |
| |
שמידט אונדז אין אײַזערנע קײטן, | Shmidt undz in ayzerne keytn, |
ווי בלוטיקע חיות אונדז רײַסט; | Vi blutike khayes undz rayst; |
איר קענט אונדזער קערפּער נאָר טײטן | Ir kent undzer kerper nor teytn |
נאָר קײן מאָל אונדזער הײליקן גײַסט! | Nor keyn mol undzer heylikn gayst! |
| |
טיראַנען! איר קענט אים ניט טײטן, | Tiranen! ir kent im nit teytn, |
דאָס איז אַן אומשטערבלעכע בלום, | Dos iz an umshterblekhe blum, |
זײַנע שמעקענדע פֿלאַמענדע קווײטן | Zayne shmekende, flamende kveytn |
בליִען שױן איצט אומעטום! | Blien shoyn itst umetum! |
| |
זײ בליִען אין דענקענדיקע מענטשן, | Zey blien in denkendike mentshn, |
וואָס ליבן גערעכטיקײט, ליכט | Vos libn gerekhtikayt, likht |
אַלײן די נאַטור טוט זײ בענטשן | Aleyn di natur tut zey bentshn |
צום קאַמף, צו די הײליקע פֿליכט. | Tsum kamf, tsu di heylike flikht. |
| |
באַפֿרײַען די אָרעמע שקלאַפֿן, | Bafrayen di oreme shklafn, |
וואָס שמאַכטן אין הונגער און קעלט, | Vos shmakhtn in hunger un kelt, |
און פֿאַר דער מענטשהײט באַשאַפֿן, | Un far der mentshhayt bashafn |
אַ פֿרײַע, אַ ליכטיקע וועלט. | A fraye, a likhtike velt. |
| |
װוּ עס זאָל ניט גיסן קײן טרערן, | Vu es zol nit gisn keyn trern, |
ניט פֿליסן אומשולדיקעס בלוט, | Nit flisn umshuldikes blut, |
און מענטשן ווי גלענצענדע שטערן, | Un mentshn vi glentsende shtern, |
שײַנען מיט ליבע און מוט! | Shaynen mit libe un mut! |
| |
איר קענט אונדז דערמאָרדן, טיראַנען, | Ir kent undz dermordn, tiranen, |
נײַע קעמפֿער וועט ברענגען די צײַט; | Naye kemfer vet brengen di tsayt; |
און מיר קעמפֿן, מיר קעמפֿן ביזוואַנען, | Un mir kemfn, mir kemfn bizvanen |
די גאַנצע וועלט וועט ווערן באַפֿרײַט. | Di gantse velt vet vern bafrayt. |