זאָג ניט קײנמאָל
Hirsh Glik / הירש גליקOriginal | Versione italiana da parte della Ararat Ensemble Orchestra |
זאָג ניט קײנמאָל | Non dire mai che è finita |
זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ; ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Non dire mai che è finita. Anche se i cieli riempiono di una coltre di tristezza i giorni, La nostra ora promessa arriverà presto. Il suono del nostro passo di marcia rivelerà che :”Noi siamo qui !” |
פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. | Dalle terre verdeggianti di palme, ai paesi imbiancati di neve Arriviamo con il nostro dolore e le nostre ferite. Dove ora sgorga il nostro sangue Fiorirà il nostro coraggio e la nostra forza. |
ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט, און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. | Oggi il sole del mattino ci accompagnerà E i nostri nemici spariranno assieme allo ieri. Ma il sole attende a sorgere. Come un passaparola questa canzone si tramanderà di generazione in generazione. |
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. | Questa canzone è scritta con il sangue, non con la penna. Non è una melodia cantata dagli uccelli nei boschi selvaggi. Questa canzone è stata cantata da gente circondata da muri che crollavano, Cantata tenendo le pistole in mano. |
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג. ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Non dire mai che è finita. Anche se i cieli riempiono di una coltre di tristezza i giorni, La nostra ora promessa arriverà presto. Il suono del nostro passo di marcia rivelerà che :”Noi siamo qui !” |