Language   

מזעס איז די ערשטע זאַך

Anonymous
Language: Yiddish




מועס איז די ערשטע זאַך.
האָסטו ניט קײן מועס, איז צו אַ קלאָג,
גיב אַבעק אַ באָנע און זאָג אַ גוטן טאָג.
מועס איז די ערשטע זאַך.

מועס איז די ערשטע זאַך.
די ייׅדישע גמינע נעמט פֿון אונדז דאַנינע
און גיט דאָך אונדז צו עסן ברױט מיט סאַכאַרינע.
מועס איז די ערשטע זאַך.

מועס איז די בעסטע זאַך.
אין דער הײם האָב געגעסן פּאָמעראַנצן,
הײַנט גסן מיך אױף די לױס מיט די װאַנצן.
מועס איז די בעסטע זאַך.

מועס איז די בעסטע זאַך.
דער ייׅדישע פּאָליציאַנט – ער איז דאָך אַ לאָבעס
סעצט אײַך אױף דער מאַשינע און שיקט אַװעק אין אָבוס.
מועס איז די בעסטע זאַך.

מועס איז אַ גוטע זאַך.
האָסטו ניט קײן מועס, האָב איך פֿאַר דיר אַ פּלאַן -
גיב אַװעק די באָנע און ריק זיך אין פּינקערטס קעסטעלע אַראַן.
מועס איז אַן אײדלע זאַך.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org