Language   

צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן

Avrom Reyzen [Abraham Reisen] / אברהם רױזען
Language: Yiddish


Avrom Reyzen [Abraham Reisen] / אברהם רױזען


הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן,
פֿרײַ באַהערשט די וועלט!
ברעכט די צווײַגן, וואַרפֿט די ביימער,
טוט וואָס אײַך געפֿעלט!

טרײַבט די פֿייגל פֿון די וועלדער
און פֿאַריאָגט זיי פֿאָרט;
די וואָס קענען ווײַט נישט פֿליִען, —
טייט זיי אויפֿן אָרט!

רײַסט די לאָדןס פֿון די פֿענצטער,
שויבן ברעכט אַרויס!
ברענט אַ ליכטל ערגעץ טונקל, —
לעשט מיט צאָרן אויס!

הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן,
איצט איז אײַער צײַט!
לאַנג וועט דויערן דער ווינטער,
זומער איז נאָך ווײַט!…



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org