Lingua   

דער טאַנגאָ פֿון אָשװיׅענצים

anonimo
Lingua: Yiddish




מיר האָבן טאַנגאָס, פֿאָקסטראָין און מעלאָדיׅעס
געזונגען און געמאַנסט נאָך פֿאַר דעם קריג.
די צאַרטע לידער, צעקלונגענע, פֿאַרבענקטע
האָבן מיט ליבע אונדז דעם קאָפּ פֿאַרװיגט.
און איצט מלחמה, קײנער שאַפֿט קײן לידער
פֿון יענע יונגע יאָרן אין דער שטאָט.
זינג אױף, אָ מײדל, אַן אַנדער לידל
פֿון טעג און נעכט אין לאַגער הינטער דראָט.

אונדזער שקלאַפֿן־טאַנגאָ אונטער קנוט פֿון שלעגער
אָ דער שקלאַפֿן־טאַנגאָ פֿון דעם אָשװיׅענצימער לאַגער:
שטאָלענע שפּיזן פֿון די װעכטער־חיות
אָ, עס רופֿט די פֿרײַהײט און די צײַט די פֿרײַע.


דער נעגער נעמט באַלד אַהער זײַן מאַנדאָלינע
און װעט באַלד אױפֿדרימפּלען זײַן לידל דאָ.
און דער ענגלענדער, פֿראַנצױז זינגען אַ ניגון -
װעט פון טרױער װערן אַ טריׅאָ.
און אױך דער פּאָלאַק אַ נעם טוט באַכד זײַן פֿײַפֿל
און ער װעט געבן פֿילן גאָר דער װעלט, -
װעט דאָס געזאַנג דאַן אָנצינדן די הערצער.
װאָס לעכצן נאָך דער פֿרײַהײַט װאָס זײ פֿעלט.

אונדזער שקלאַפֿן־טאַנגאָ אונטער קנוט פֿון שלעגער
אָ דער שקלאַפֿן־טאַנגאָ פֿון דעם אָשװיׅענצימער לאַגער:
שטאָלענע שפּיזן פֿון די װעכטער־חיות
אָ, עס רופֿט די פֿרײַהײט און די צײַט די פֿרײַע.



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org