כ’בין אַ ציגײַנערל אַ קלײנער[1] ,
אָבער, װי איר זעט, א שײנער,
באָרװעס, הונגעריק און פֿרײלעך,
לעב איך מיר ױ אַ בן-מלך.
כ’װײס ניט װוּ איך בין געבױרן,
מײן מאַמע ט׳מיך אין סטעפּ פֿאַרלױרן,
מײַן טאָטן האָט מען אױפֿגעהאַנגען,
װען עֶר איז גנבענען געגאַנגען.
עֹךְ, דו פֿידל, פֿידעלע דו מײַן
שפֿיל מײַן טרױער צו זײ אין האַרצ אַרײַן.
עך, דו חבֿר מײַן,
װער װײסט װי דו אַלײן,
אַז אײביק, אײיביק, רױט איז
בלוט און װײַן.
פֿון טאַטן געירשנט האָב איך די פֿידל
שפֿיל איך אױף איר ’’דידל, דידל,’’
אין מײַן פֿידל קענט איר הערן
מײַן מאַמעס צער, מײַן שװעסטערס טרערן,
אין מײַן פֿידל ליגט געפֿאַנגען,
װי מ’האָט מײַן טאַטן אױפֿגעהאַנגען,
װען צום טױט מיהאָט אים געטריבן,
איז די פֿידל מיר געבליבן.
דאָס ליד פֿון רודפֿן און יאָגן,
דאָס ליד פֿון נעכטיקן, נישט טאָגן,
כ׳בין אַ ציגײַנערל אַ קלײנער,
כ׳זינג װי ס׳זינגט נישט קײנער, קײנער.
װאָס פֿאַר אַ ליד סיװעט אײַך געפֿעלן,
קענט איר זיך בײַ מיר באַשטעלן,
באַצאָלן דאַרפֿט איר בלױז אַ דרײַער,
סיקאָסט מײַן װײטיק אײַך נישט טײַער.
עך, דו פֿידל, פֿידעלע דו מײַן,
שפּיל מײַן צער צו זײ אין האַרץ אַרײַן,
עך, דו חבֿר מײַן,
װער װײסט װי דו אַלײן,
אַז אײביק, אײיביק רױט איז
בלוט און װײַן!
אָבער, װי איר זעט, א שײנער,
באָרװעס, הונגעריק און פֿרײלעך,
לעב איך מיר ױ אַ בן-מלך.
כ’װײס ניט װוּ איך בין געבױרן,
מײן מאַמע ט׳מיך אין סטעפּ פֿאַרלױרן,
מײַן טאָטן האָט מען אױפֿגעהאַנגען,
װען עֶר איז גנבענען געגאַנגען.
עֹךְ, דו פֿידל, פֿידעלע דו מײַן
שפֿיל מײַן טרױער צו זײ אין האַרצ אַרײַן.
עך, דו חבֿר מײַן,
װער װײסט װי דו אַלײן,
אַז אײביק, אײיביק, רױט איז
בלוט און װײַן.
פֿון טאַטן געירשנט האָב איך די פֿידל
שפֿיל איך אױף איר ’’דידל, דידל,’’
אין מײַן פֿידל קענט איר הערן
מײַן מאַמעס צער, מײַן שװעסטערס טרערן,
אין מײַן פֿידל ליגט געפֿאַנגען,
װי מ’האָט מײַן טאַטן אױפֿגעהאַנגען,
װען צום טױט מיהאָט אים געטריבן,
איז די פֿידל מיר געבליבן.
דאָס ליד פֿון רודפֿן און יאָגן,
דאָס ליד פֿון נעכטיקן, נישט טאָגן,
כ׳בין אַ ציגײַנערל אַ קלײנער,
כ׳זינג װי ס׳זינגט נישט קײנער, קײנער.
װאָס פֿאַר אַ ליד סיװעט אײַך געפֿעלן,
קענט איר זיך בײַ מיר באַשטעלן,
באַצאָלן דאַרפֿט איר בלױז אַ דרײַער,
סיקאָסט מײַן װײטיק אײַך נישט טײַער.
עך, דו פֿידל, פֿידעלע דו מײַן,
שפּיל מײַן צער צו זײ אין האַרץ אַרײַן,
עך, דו חבֿר מײַן,
װער װײסט װי דו אַלײן,
אַז אײביק, אײיביק רױט איז
בלוט און װײַן!
×

Kh’bin a tsigaynerl a kleyner,
Ober, vi ir zet, a sheyner,
Borves, hungerik un freylekh,
Leb ikh mir vi a ben-meylekh.
Kh’veys nit vu ikh bin geboyrn,
Mayn mame t’mikh in step farloyrn,
Mayn tatn hot men oyfgehangen,
Ven er iz ganvenen gegangen.
Shpil mayn troyer tsu zey in harts arayn.
Ekh, du khaver mayn,
Ver veyst vi du aleyn,
Az eybik, eybik, royt iz
Blut un vayn.
Fun tatn geyarshnt hob ikh di fidl,
Shpil ikh oyf ir “didl, didl,”
In mayn fidl kent ir hern
Mayn mames tsar, mayn shvesters trern,
ln mayn fidl ligt gefangen
Vi m’hot mayn tatn oyfgehangen.
Ven tsum toyt m’hot im getribn,
lz di fidl mir geblibn.
Dos lid fun roydefn un yogn,
Dos lid fun nekhtikn, nisht togn,
Kh’bin a tsigaynerl a kleyner,
Kh’zing vi s’zingt nisht keyner, keyner,
Vos far a lid s’vet aykh gefeln,
Kent ir zikh bay mir bashteln,
Batsoln darft ir bloyz a drayer,
S’kost mayn veytik aykh nisht tayer.
Shpil mayn tsar tsu zey in harts arayn.
Ekh, du khaver mayn,
Ver veyst vi du aleyn,
Az eybik, eybik royt iz
Blut un vayn!