Lingua   

Lingua: Yiddish




די נאַכטס'איז קײנער מיט מיר אין דער נאַכט,
די נאַכט, נאָר אַלײן איז מיט מיר.
אױף װעגן פֿאַרכמורעט און שטום,
די שטילקײט אַלײן װאַנדערט אום.

איך גײ, ס'איז אַ װײַטער דער װעג,
פֿאַרװאָלקנט און טױב איז די נאַכט.
װוּהין, פֿרעג דעם ריטעם פֿון די טריט.
זײ גיבן קײן ענטפֿער דיר ניט.

ס'איז קײנער מיט מיר אין דער נאַכט,
די נאַכט, נאָר אַלײן איז מיט מיר.
װאָס װײַטער און װײַטער אַהין -
װוּהין, שטילע װעגן, װוּהין?






Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org