Lingua   

װײַל איך בין אָ ייִדעלע

Yankele Hershkovits [Yankele Hershkowitz] / יאַנקעלע הערשקאָװיץ
Lingua: Yiddish



װײַל איך בין אָ ייִדעלע
זינג איך מיר דאָס לידעלע
װײַל איך בין אַ ייִד
זינג איך מיר דאָס ליד.

מלחמה 'ט אָנגעפֿאַנגענ
נישט געהאַט קײַ' שטיק קאָלאַציע
ייִדעלעך האָבן אָנגעהױבן
מ׳ט אַ שפּעקולאַציע.
'ס איז באַלד געװאָרן אַ מאַנגל
אין זילבער, דראָבנע געלט,
געװאַלט ייִדן מיר האָבן מלחמה
אױף דער גאַנצער װעלט.

װײַל איך בין אָ ייִדעלע
זינג איך מיר דאָס לידעלע
װײַל איך בין אַ ייִד
זינג איך מיר דאָס ליד

נישטאָ אַ מענטש אױף דער װעלט
װאָס װײַנט נישט אױף דעם חורבן,
מײַן שװעסטערס אַ פֿרײַנדינע
איז אױך געפֿלן אַ קרבן
איך זע דאָס בילד בײַ מײַנע אױגן:
דער הימל װײעט רױט,
שאַ! אַ שראַפּנעל איז געפֿלױגן
טראַך! דאָס מײדל טױט.

װײַל איך בין אָ ייִדעלע
זינג איך מיר דאָס לידעלע
װײַל איך בין אַ ייִד
זינג איך מיר דאָס ליד.

אײַנער פֿאַלט פֿון ביקסן שאָס,
דער צװײַטער פֿון שראַפּנעלן
יעצט זען די מענטשן
װי עס װערט פֿון אַ גבֿיר אַ תּל.
עס גײט אַ ייִד אַ פֿאַבריקאַנט,
מיט אַ גראָבן בױך,
טראַך! אַ באָמבע איז געפֿאַלן
אױס פֿאַבריקאַנט בלױז רױך

װײַל איך בין אָ ייִדעלע
זינג איך מיר דאָס לידעלע
װײַל איך בין אַ ייִד
זינג איך מיר דאָס ליד.


Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org