Language   

Language: Yiddish


Mikhl Gelbart [Michael Gelbart] / מיכל געלבאַרט


פֿאָרװערטס ברידער אין די רײען
די פּלאַקאַטן טראָגט פֿאָרױס.
מחנות גײען, גײען, גײען
מחנות גײען, גײען, גײען
אין בעם קאַמף צום זיג פֿאָרױס!
מחנות גײען, גײען, גײען
מחנות גײען, גײען, גײען
אין בעם קאַמף צום זיג פֿאָרױס!

װער עס שרעקט זיך און האָט מורא
װיל מיט אונדז אין קאַמף ניט גײן,
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן,
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן
און זאָל בלײַבן אין דער הײם.
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן,
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן
און זאָל בלײַבן אין דער הײם.

פֿעסטער, שטאַרקער שליסט די רײען,
קאָפּ אַרױף און ברוסט פֿאָרױס,
מחנות גײען, גײען, גײען
מחנות גײען, גײען, גײען
אין בעם קאַמף צום זיג פֿאָרױס!
מחנות גײען, גײען, גײען
מחנות גײען, גײען, גײען
אין בעם קאַמף צום זיג פֿאָרױס!

אונדזער װעג צום זיג איז זיכער
װען פֿאַרײניקטע מיר גײן,
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן,
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן
װאָס װיל בלײַבן אין דער הײם.
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן,
יענער איז אַ שקלאַף געבױרן
װאָס װיל בלײַבן אין דער הײם.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org