Lingua   

קעשענעווער שטיקעלע

Moyshe Oysher / משה אוישר
Lingua: Yiddish




שפּילט זשע מיר כּליזמרלעך
ס קעשענעווער שטיקעלע
אָבער מיטן קנאַק
הונגעריק און שלעפֿעריק
און נאַקעט און באָרוועס
אין קעשענע נישטאָ קײן פּיאַטאַק

צו מיר געהערט די גאַנצע וועלט
און איך די גאַנצע וועלט געהער
דאָס איז דאָך שױן פֿעסטגעשטעלט אַ פֿאַקט
און טאָמער וועט מען מיר ניט גלײבן
טאָמער וועט מען פֿרעגן ווער
קען איך אים באַווײַזן אַ קאָנטראַקט

צרות און גריזאָטע עגמות נפֿש און יעסורים
אָט דאָס זעט איר האָב איך אױפֿן פּאַק
האָב איך גאָרניט דאַרף איך גאָרניט
וועל איך גאָרניט ניט פֿאַרלירן
וועט מען מיך נישט רופֿן קײן טשודאַק

שפּילט זשע מיר כּליזמרלעך
דאָס האַרץ זאָל אַזש צעגײן אין מיר
בײַ די קרובֿים בין איך פּשוט ברק
נישט געשמײכלט נישט געחנפֿעט
אַלץ געזען נאָר ניט געגנבֿעט
בײַ מײַן מחותן בין איך אַ באָסיאַק

די רײַכע האָבן צו פֿיל עסן
איז בײַ זײ דער מאָגן שווער
ליגן זײ אױף דאַטשעס אָנגעפּאַקט
און ניט איך עס און ניט איך טרינק
איז בײַ מיר דער מאָגן לער
קען איך לײַכטער צוטאַנצן צום טאַנץ

שפּילט זשע מיר כּליזמרלעך
דאָס האַרץ זאָל אַזש צעגײן אין מיר
צרות האָב איך אָט אַזאַ מין זאַק
הונגעריק און שלעפֿעריק און נאַקעט און באָרוועס
אין קעשענע נישטאָ קײן פּיאַטאַק



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org