Language   

באַריקאַדן - מאַמעס, טאַטעס, קינדערלעך

Shmerke Katsherginski [Shmerke Kaczerginski] / שמערקע קאַטשערגינסקי
Language: Yiddish


Shmerke Katsherginski [Shmerke Kaczerginski]  / שמערקע קאַטשערגינסקי


טאַטעס מאַמעס קינדערלעך
בױען באַריקאַדן
אױף די גאַסן גײען אַרום
אַרבעטער־אָטריאַדן

ס׳איז דער טאַטע פֿרי פֿון שטוב
אַוועק אױף דער פֿאַבריק
וועט ער שױן אין שטיבעלע
ניט קומען הײַנט צוריק

ס׳ווײסן גוט די קינדערלעך
דער טאַטע וועט ניט קומען
ס׳איז דער טאַטע הײַנט אין גאַס
מיט זײַן ביקס פֿאַרנומען

ס׳איז די מאַמע אױך אַוועק
אין גאַס פֿאַרקױפֿן עפּל
שטײען אין קיך פֿאַריתומטע
די טעלער מיטן טעפּל

ס׳וועט ניט זײַן קײן וועטשערע
זאָגט חנהלע די יאַטן
ווײַל די מאַמע איז אַוועק
צוהעלפֿן דעם טאַטן

פּלוצלינג טראַך אַ פּולע איז
אַרײַן אין קלײנעם שטיבל
פֿאַרבײַגעפֿלױגן חנהלען
געמאַכט אין וואַנט אַ גריבל

אױב אַזױ זאָגט חנהלע
קינדער קומט מיט מיר
מאָטיע נעם די גרױסע קאָרב
מאירקע די טיר

די שופֿלאָדן פֿון קאַמאָד
מיט אַן אַלטן פֿאַס
אַ באַריקאַדע שטעלן מיר
אױף אין מיטן גאַס

די באַריקאַדע אױפֿגעשטעלט
אין שטיבל ניטאָ קײנער
לױפֿן פּאָליצײ פֿאַרבײַ
די קינדער וואַרפֿן שטײנער

וואָס מיר ווען מיר וועטשערע
עס דונערן האַרמאַטן
די קינדערלעך פֿון שטיבעלע
העלפֿן מאַמען־טאַטן

טאַטעס מאַמעס קינדערלעך
בױען באַריקאַדן
אױף די גאַסן גײען אַרום
אַרבעטער־אָטריאַדן



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org