Language   

אַװרײמל דער מאַרװיכער

Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיג
Language: Yiddish


Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיג


אָן אַ הײם בין איך יונג געבליבן
ס׳האָט די נױט מיך אַרױסגעטריבן
װען איך האָב נאָך קײן דרײַצן יאָר געהאַט
אין דער פֿרעמד װײַט פֿון מאַמעס אױגן
האָט אין שמוצ מיך די גאַס דערצױגן
געװאָרן איז פֿון מיר אַ װױלער יאַט

איך בין אַװרײמל דער פֿײקסטער מאַרװיכער
אַ גרױסער קינסטלער כ׳אַרבעט לײַכט און זיכער
דאָס ערשטע מאָל כ׳װעל׳ס געדענקען ביזן טױט
אַרײַן אין טפֿיסע פֿאַר לאַקכענען אַ ברױט אױ אױ
כ׳פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן
כ׳צופּ נאָר בײַ קאַרגע שמוציקע מאַגנאַטן
כ׳בין זיך מחיה װען כ׳טאַפּ אַזאַ מאַגנאַט
איך בין אַװרײמל גאָר אַ װױלער יאַט

אין דער פֿרעמד נישט געהאַט צום לעבן
געבעטן ברױט אַן אָרעמער פֿלעגט נאָך געבן
נאָר יענע לײַט װאָס זענען תּמיד זאַט
פֿלעגן אָפֿט טרײַבן מיך מיט צאָרן
ס׳װאַקסט אַ גאַנעװ ס׳איז מקום געװאָרן
אַ גאַנעװ בין איך נאָר אַ װױלער יאַט

איך בין אַװרײמל דער פֿײקסטער מאַרװיכער
אַ גרױסער קינסטלער כ׳אַרבעט לײַכט און זיכער
אַ יאַט אַ קלײנער אַרײַן אין קוטשעמענט
אַרײַס אַ מאַזיק אַ זעלטנער טאַלענט
כ׳פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן
כ׳צופּ נאָר בײַ קאַרגע שמוציקע מאַגנאַטן
כ׳האָב ליב אַ מענטש אַ מילדן אַ נאַש־בראַט
איך בין אַװרײמל גאָר אַ װױלער יאַט

שױן נישט לאַנג װעט דאָס שפּיל געדױערן
קראַנק פֿון קלעפּ גיפֿט פֿון טפֿיסע מױערן
נאָר אײן באַקאָשע כ׳װאָלט אַזױ געװאָלט
נאָך מײַן טױט אין אַ טאָג אַ טריבן
זאָל אױף מײַן מצבֿה שטײן געשריבן
מיט אותיות גרױסע און פֿון גאָלד

דאָ ליגט אַװרײמל דער פֿײקסטער מאַרװיכער
אַ מענטש אַ גרױסער געװען װאָלט פֿון אים זיכער
אַ מענטש אַ פֿײַנער מיט האַרצ מיט אַ געפֿיל
אַ מענטש אַ רײנער װי גאָט אַלײן נאָר װיל אױ אױ
װען איבער אימ װאָלט געװאַכט אַ מאַמעס אױגן
װען ס׳װאָלט די פֿינצטערע גאַס אימ נישט דערצײַגן
װען נאָך אַלס קינד ער אַ טאַטן װאָלט געהאַט
דאָ ליגט אַװרײמל יענער װױלער יאַט



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org