Language   

מלחמה־באַלאַדע

Yitsik Manger / איציק מאַנגער
Language: Yiddish




געשריבן אין טאָג, װען היטלער איז געװאָרן קאַנצלער.

שפּינגעװעב און טרױער הילן אײַא די כאַטעס,
װײַט אין די אָקאָפּעס בלוטיקן די טאַטעס

און די מאַמעס הורן אין די שטאַםן מיטן טױט
פֿאַר אַ היטל צוקער און אַ לאַבן ברױט.

שטײען קינדער בײַ די פֿענצטער און זײ זעען
בערדיקע סאָלדאַטן צו די פֿראָנטן גײען.

װיקטאָריאַ, װיקטאָריאַ!, און דאָב ליד
נעמט די פֿרײד פֿון אַלע דערפֿער מיט.

רױטע װאָלקנס אין האַרבסטיקע פֿאַרנאַכטן,
פֿאַרבלוטיקטע באַנדאַזשן אין די שלאַכטן.

שטײען קינדער בײַ די פֿענצטער און זײ זעען
בערדיקע סאָלדאַטן צו די פֿראָנטן גײען.

װיקטאָריאַ, װיקטאָריאַ!, און דאָב ליד
נעמט דאָס גאָלד פֿון אַלע פֿעלדער מיט.

בערדיקע סאָלדאַטן, לעצטע װעגן, לעצטע שעהן,
און דער אָװנט זינגט דאָס גײַסטער־ליד פֿון קראָען.

שטײען קינדער בײַ די פֿענצטער און זײ זעען
די רױטע ערד אין אַ שװינדלראָד זיך דרײען.

אָ, יעדער װעג אַ קרײַץ, אָױף יעדן קרײַץ אַ פּױער,
שטאָט און דאָרף צעשאָסן, שפּינגעװעב און טרױער.

רױטע שׂרפֿות, בלאָע גאַזן, שרעק־סיגנאַלן,
אױף װײַסע גײַסטערפֿערד רײַטן גענעראַלן.

אַלטע גענעראַלן – געבױגענע אין דרײען
איבערן טױטנ־גוף פֿון ריזיקע אַרמײען.

דעמערונג אין טיפֿוס־פֿלעקן, לעצטע שעהן,
און דער אָװנט זינגט דאָס גײַסטער־ליד פֿון קראָען.

ציטערן די קינדער און זײ טוכיען זיך צוזאַמען,
שרײַט אין זײ די בענקשאַפֿט צו דער מאַמען.

נאָר די הורן אין די שטאַלן מיטן טױט
פֿאַר אַ היטל צוקער און אַ לאַבן ברױט.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org