Lingua   

Lingua: Yiddish



װי לאַנג, אױ װי לאַנג װעט איר בלײַבן נאָך שקלאַפֿן
און טראָגן די שענדלעכע קײט?
װי לאַנג װעט איר גלענצענדע רײַכטימער שאַפֿן
פֿאַר דעם, װאָס באַרױבט אײַער ברױט?

װי לאַנג װעט איר שטײן, אײַער רוקנס געבױגן
דערנידעריקט, הײמלאָז, פֿאַרשאַכט?
עס טאָגט שױן! װאַכט אױף און צעעפֿנט די אױגן!
דערפֿילט אײַער אײַזערנע מאַכט!

קלינגט אומעטום אין די פֿרײַהײטס־גלאָקן!
פֿאַרזאַמלט די לײַדנדע קנעכט!
און קעמפֿט באַגײַסטערט און קעמפֿט אומדערשראָקן,
פֿאַר אײַערע הײליקע רעכט!

און אַלעס וועט לעבן און ליבן און בליִען,
אין פֿרײַען אין גאָלדענעם מײַ!
ברידער! גענוג פֿאַר טיראַנען צו קניִען
שווערט אַז איר מוזט ווערן פֿרײַ!


Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org