Lingua   

Lingua: Yiddish




שנעל לױף די רעדער
װילד קלאַפּן מאַשינען
אין שאָפּ איז שמוציק און הײס
דער קאָפּ װערט פֿאַרטומלט
אין אױגן װערט פֿינסטער
פֿינסטער פֿון טרערן און שװײס

איך פֿיל שױן בײַ זיך
קײַן גאַנצן אבֿר
צעבראָכן, צעדריקט איז מײַן ברוסט
איך קען שױן פֿאַר װײטאָק
מײַן רוקן ניט בױגן
באַנאַכט לאָזט ניט שלאָפּן דער הוסט

לױפֿט אום דער מײַסטער
אַ חיה, אַ װילדע
ער טרײַבט צו דער שחיטה די שאָף
אָ, װי לאַנג װעט איר װאַרטן
װי לאַנג װעט איר דולדן
אַרבעטער, ברידער, װאַכט אױף!



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org