Language   

?װאָס זאָל מען טאָן ייׅרן

Yankele Hershkovits [Yankele Hershkowitz] / יאַנקעלע הערשקאָװיץ
Language: Yiddish




װאָס זאָל מען טאָן ייׅרן
אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג!
װאָס זאָל מען טאָן מענטשן?
עסן דאָרף יעדן טאָג!
אַז דער מאָגן װיל נישט װיסן,
פון קײן געטאָ־זאַך,
נאָר ער שרײַט און ער פֿאַרלאַנגט
צו עסן זײער אַ סך.

ס'גײט דער ליבע װינטער
ס'פֿאַלט אַ שרעק אַ מורא,
מ'עט נאָך פּורים זיצן אין די סוכּות,
ס'װעט זײַן שׂמחת־תורה,
אונדזער פּרעזעס חײם
איז אַ מענטש אַ גוטער,
מ'עט נאָך אין די געטאָ עסן
זעמעלעך מיט פּוטער.

װאָס זאָל מען טאָן ייׅרן
אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג!
װאָס זאָל מען טאָן מענטשן?
עסן דאָרף יעדן טאָג!
אַז דער מאָגן װיל נישט װיסן,
פון קײן געטאָ־זאַך,
נאָר ער שרײַט און ער פֿאַרלאַנגט
צו עסן זײער אַ סך.

ס'גײט דער ליבע װינטער
ס'פֿאַלט אַ שרעק אַ מורא,
נישט קײן פּאַלטן, נישט קײן בגד,
ס'װעט זײַן שׂמחת־תורה.
כ'האָב פֿאַרקױפֿט די שאַנק שױן
און די שװיגערס בעטן,
ס'װעט מיר סטאַרטשן ברױט און פּוטער
און פֿערדס פֿלײַש קאָקלעטן.

װאָס זאָל מען טאָן ייׅרן
אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג!
װאָס זאָל מען טאָן מענטשן?
עסן דאָרף יעדן טאָג!
אַז דער מאָגן װיל נישט װיסן,
פון קײן געטאָ־זאַך,
נאָר ער שרײַט און ער פֿאַרלאַנגט
צו עסן זײער אַ סך.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org