Lingua   

דרעמלען פֿײגל

Leah Rudnitski [Lea Rudnicki] / לאה רודניצקי
Lingua: Yiddish




דרעמלען פֿײגל אױף די צװײַן,
שלאָף, מײַן טײַער קינד
בײַ דײַן װיגל אױף דײַן נאַרע
זיץט אַ פֿרעמדע און זינגט
ליו־ליו, ליו־ליו, ליו

ס'איז דײַא װיגל װוּס געשטאַנען
אױסגעפֿלאָכטן פֿון גליק
און דײַן מאַמע, אױ דײַן מאַמע
קומט שױן קײן מאָל ניט צוריק
ליו־ליו, ליו־ליו, ליו

כ'האָב געזען דײַן טאַטן לױפֿן
אונטער האָגל פֿון שטײן
איבער פֿעלדער איז געפֿלױגן
זײן פאַריתומטער געװײן
ליו־ליו, ליו־ליו, ליו



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org