Language   

Language: Yiddish




כ'קלער: מענטשן האַװען הין און הער,
יעדער מענטש איז זײַן באַגער
װערט פֿון גורל געטריבן,
נאָר װאָס זשע קומט אַרױס דערפֿון?
כאָטש אין לעבן אַלץ געטאָן,
האָסט געיאָגט זיך נאָך דער זון
און אין חושך פֿאַרבליבן.
דו גיסט אַ פֿרעג,
איז די וועלט בלויז אַ מילכל?
צו װאָס דאָס געיאָג,
אָט דאָס נאַרישע שפּילכל?

װײַל מיר זײַנען װי שאָטנס,
בלאָנדזשן שטיל דורך דער נאַכט,
װײַל אין לעבן אָן ליכט
װײסט ניט װער װוּ ער קריכט,
פֿרעמד זײַן אײגן געזיכט...
יעדע טיר, יעדער לאָדן
איז פֿאַר אונדז הײַנט פֿאַרמאַכט...
װערסט פֿון אומעט געיאָגט,
קײנער פֿרעגט װאָס דיך פּלאָגט,
צי אַ האַרץ אין דיר שלאָגט!
זוכסט דײַן געזיכט, דײַן אײגן איך
נאָר קענסט עס ניט געפֿינען.
קומסט מיט דער נאַכט
און װערסט אין נאַכט צערונען.

װײַל מיר זײַנען װי שאָטנס
װאָס די נאַכט האָט צעשפּרײט,
נאָר זי אײנע פֿאַרשטײט
װוּ אַהין יעדער גײט,
װער צום לעבן – װער צום טױט.

הײַנט האָסט געטראָפֿן מיך דאָ, פֿרײַנט.
זעסט מײַן פֿרײד, װאָס האָט געשײַנט,
שױן פֿאַרשװענקט פֿון געװיטער.
כ'בין עלנט, הפֿקרדיק אַלײן,
אױפֿן װעג – אַ הױלער שטײן,
קײנער הערט ניט מײַן געװײן,
קײנעם אַרט ניט מײַן ציטער.
װי אָפֿט איך פֿאַרגעס,
אַז אין מענטש כ'בין געראָטן:
מיר דוכט כ'בין אַ מת
אָדער גאָר בלױז אַ שאָטן.

ס'װעלן שאָטנס פֿאַרשװינדן,
װעסט אין גרױקײט זען באַלד,
װי פֿון שאָטן װאָס פֿאַלט
טײלט זיך אױס אַ געשטאַלט,
װי די זון העל צעשטראַלט.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org