Language   

(זינג מײַן פֿידעלע (בערלין 1990

Mishke Alpert [Michael Alpert] / מישקע אַלפערט
Languages: Yiddish, Hebrew




כ'האָב געשפּילט דאָ אין דײַטשלאַנד שױן עפֿטערע מאָל,
הַמַּבְדִּיל, הַמַּבְדִּיל בֵּין קֹדֶשׁ לְחוֹל
נאָר איך שװער בײַ מײַן מוזע, טאָ הערט װאָס איך זינג,
אַז קײן מאָל איז מיר געװען לײַכט דאָ, און גרינג.
איך זע אײַך בײַ נאַכט אין פֿאַררײכערטע קנײפּיעס
רײדנדיק יונגיטשקע רײד פֿונעם הײנט,
כ'האַלט שטאַרק פֿון מײַן ייׅחוס, נאָר כ'בין אײַך מקנא,
איר, הײַנטיקע קינדער פֿון נעכטיקן פֿײַנט.
װײַל אײַך איז די צוקונפֿט, אײן לאַנד און אײן שפּראַך
בעת מיר האַלטן שטומערהײט דאָ...

...דעם נעכטנס אַ װידערקול תּמיד פֿאַראַן,
זכרונו לברכה: בײַ איטלעכן שפּאַן,
נאָר נאָך אַלץ, אױ, פֿאַרבינדן זיך, אונדזערע צװײ פֿעלקער,
אַ פֿאַרבאָטענע ליבע, פֿון רשעים געשטערט,
צי ליבע, צי שׂינאה, זי הערשט װי בַשערט,
פֿאַרשאָלטן פֿון מענטש און פֿון בורא.

טאָ זינג מײַן פֿידעלע, שפּיל, מײן פֿירעלע
װי פֿריׅער האָט ניט געשילט קײנער
און שפּיל מיר צו אַ רײן גלות־לידל
מיט אַ בענקשאַפֿט אַ רײנער.

כ'האָב שטענדיק אין זינען די אײגענע ייׅחוס,
אַפֿילו בײם װאַלגערן אין לױטערן אַצינד,
װײַל װען נישט די מלחמות, פּאָגראָמען, רציחות
װאָלט איך אױכעט געװעזן אײראָפּעס אַ קינד.
ס'איז שױן אונדזער אַ װעלט, דאָ פֿאַרגאַנגען אין פֿלאַמען,
אָפּגעזונדערט די צװײַגן פֿון ייׅדישן בױם,
נאָר נאָך אַ מאָל בױט מען אױף מױערן, צאַמען,
פֿאַריאָגן די, נעבעך, װאָס זוכן אַ הײם.
אױף ס'נײַ טרײַבט איר יענע אַװעק פֿון די טירן,
מע יאָגט זײַ שױן װידער פֿון נעכט פֿון קרישטאַל
אױ, װאָס פֿאַר אַ חוצפּה, אַזױ זיך צו פֿירן,
מיר זאָלן אין אײך דען צוזעצן די גאַל?

איר פֿרעסט אױף שױן װידער די אײגענע קינדער,
פֿאֵר מערדער איר מאַכט זײַ, פֿאַר בלוטיקע הינט,
און זײַערע רציחות קוקט איר אָן װי בלינדע,
ביז גאַנץ אײראָפּע איז װײ און איז װינט.

טאָ זינג מײַן פֿידעלע, שפּיל, מײן פֿירעלע
װי פֿריׅער האָט ניט געשילט קײנער
און שפּיל מיר צו אַ רײן גלות־לידל
מיט אַ בענקשאַפֿט אַ רײנער.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org