Lingua   

זאָג ניט קײנמאָל

Hirsh Glik / הירש גליק
Lingua: Yiddish

Hirsh Glik / הירש גליק

זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ;
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ!

פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי,
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי.
און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,
ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט.

ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט,
און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט,
און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר –
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ,
ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ.
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט,
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.

טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג.
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ!
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ!

Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com

hosted by inventati.org