| La traslitterazione in caratteri latini:
|
דער הױפֿזינגער פֿון װאַרשעװער געטאָ | DER HOYFZINGER FUN VARSHEVER GETO |
| |
געהאַט אַ טאַטע מאַאַמע, און שײנינקע שװעסטערלעך דרײַ, | Gehat a tate mame, un sheyninke shvesterlekh dray, |
אװעך מיטן רױך און פֿלאמען, געבליבן בין איך איצט אלײן. | avek mitn roykh un flamen, geblibn bin ikh yetst aleyn. |
| |
איך דרײ די קאַטערינקע, און שפּיל הײַנט פֿאַר אײַך מיט קוראַש, | Ikh drey di katerinke, un shpil haynt far aykh mit kurash, |
װײַל מאָרגן קאָן זײַן אין טרעבלינקע, װעט װערן פֿון אונדז אַ באַרג אַש. | vayl morgn kon zayn in treblinke, vet vern fun undz a barg ash. |
| |
דער הונגער איז אַ צער, מיט טױטע פֿאַרסײט איז דער ברוק, | Der hunger iz a tsore, mit toyte farsayt iz der bruk, |
אױ ייׅדן בני רחמנים, עס װילט זיך נאָך לעבן אַ טאָג. | oy yidn bney rakhmonim, es vilt zikh nokh lebn a tog. |
| |
מײַן קאָל די לופֿט צערשמעטערט, פֿון מאָרגן ביז שפּײט אין דער נאַכט, | Mayn kol di luft tsershmetert, fun morgn biz shpeyt in der nakht, |
פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן דאָס געטאָ, און די װאָ האָבן עס אױסגעטראַכט. | farsholtn zol zayn dos geto, un di vo hobn es oysgetrakht. |
| |
מען רױדעפֿט אונדז װי חיות, דאָס לעבן איז װי אין אַ טום, | Men roydeft undz vi khayes, dos lebn iz vi in a tum, |
עס װיגן זיך שרבנות אױף תּליות, צום טײַפֿל עס שײַנט נאָך די זון. | es vign zikh sharbns af tlies, tsum tayfl es shaynt nokh di zun. |
| |
פֿון הערצן ברױסט אַ פֿײַער, גענוג אונדז געקױלעט װי שאָף, | Fun hertsn broyst a fayer, genug undz gekoylet vi shof, |
אױ ייׅדן נעמט די שפּײַעדס, און קומט לאָמיר מאַך אַ סוף. | oy yidn nemt di shpayers, un kumt lomir makh a sof. |
| |
דרײ איך די קאַטערינקע, פֿאַרשפּיל אונדזרע לײַדן און נױט, | Drey ikh di katerinke, farshpil undzre laydn un noyt, |
װײַל אײדער צו גײן אין טרעבלינקע, איז בעזער אין קאַמף פֿאַלן טױט. | vayl eyder tsu geyn in treblinke, iz bezer in kamf faln toyt. |