Originale | Ulteriore traduzione inglese da Yidlid
|
צום װינטער, אָדער אַ װינטער־ליד, אָדער הוליעט, הוליעט בײזע װינטן | HAVE FUN, EVIL WINDS |
| |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, | Have fun, evil winds, |
פֿרײַ באַהערשט די וועלט! | Rule the world freely! |
ברעכט די צווײַגן, וואַרפֿט די ביימער, | Break the branches, tear down the trees, |
טוט וואָס אײַך געפֿעלט! | Do as you please. |
| |
טרײַבט די פֿייגל פֿון די וועלדער | Drive the birds away from the fields |
און פֿאַריאָגט זיי פֿאָרט; | And chase them away; |
די וואָס קענען ווײַט נישט פֿליִען, — | Those who cannot fly far enough, |
טייט זיי אויפֿן אָרט! | Kill them on the spot. |
| |
רײַסט די לאָדןס פֿון די פֿענצטער, | Tear the shutters from the houses, |
שויבן ברעכט אַרויס! | Break the window panes, |
ברענט אַ ליכטל ערגעץ טונקל, — | If a light burns in a dark place, |
לעשט מיט צאָרן אויס! | Extinguish it with rage. |
| |
הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן, | Have fun, evil winds, |
איצט איז אײַער צײַט! | Now is your time. |
לאַנג וועט דויערן דער ווינטער, | Winter will last a long time, |
זומער איז נאָך ווײַט!… | Summer is still far off. |