| Translitterazione di Edgar Hilsenrath. |
מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן | MAYN SHVESTER KHAYE MIT DI GRINE OYGN |
| |
מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן, | mayn shvester Khaye mit di grine oygn, |
מײַן שװעסטער חיה מיט די שװאַרצע צעפּ ־ | mayn shvester Khaye mit di shvartse tsep - |
די שװעסטער חיה, װאָס האָט מיך דערצױגן | di shvester Khaye, vos hot mikh dertsoygn |
אױף סמאָטשע־גאַס, אין הױז מיט קרומע טרעפּ. | oyf smotshe-gas, in hoyz mit krume trep. |
| |
די מאַמע איז אַװעק פֿון שטוב באַגינען, | di mame iz avek fun shtub baginen, |
װען אױפֿן הימל האָט ערשט קױם געהעלט. | ven oyfn himl hot ersht koym gehelt. |
זי איז אַװעק אין קראָם אַרײַן פֿאַרדינען | zi iz avek in krom arayn fardinen |
דאָס בידנע־דראָבנע גראָשעדיקע געלט. | dos bidne-drobne groshedike gelt. |
| |
און חיה איז געבליבן מיט די ברידער, | un Khaye iz geblibn mit di brider, |
און זי האָט זײ געקאָרמעט און געהיט. | un zi hot zey gekormet un gehit. |
און זי פֿלעגט זינגען זײ די שײנע לידער, | un zi flegt zingen zey di sheyne lider, |
פֿאַר נאַכט, װען קלײנע קינדער װערן מיד. | far nakht, ven kleyne kinder vern mid. |
| |
מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן, | mayn shvester Khaye mit di grine oygn, |
מײַן שװעסטער חיה מיט די לאַנגע האָר ־ | mayn shvester Khaye mit di lange hor - |
די שװעסטער חיה, װאָס האָט מיך דערצױגן, | di shvester Khaye, vos hot mikh dertsoygn, |
איז נאָך נישט אַלט געװען קײן צענדלינג יאָר. | iz nokh nisht alt geven keyn tsendling yor. |
| |
זי האָט גערױמט, געקאָכט, דערלאַנגט דאָס עסן, | zi hot geroymt, gekokht, derlangt dos esn, |
זי האָט געצװאָגן אונדז זי קלײנע קעפּ. | zi hot getsvogn undz zi kleyne kep. |
נאָר שפּילן זיך מיט אונדז האָט זי פֿאַרגעסן ־ | nor shpiln zikh mit undz hot zi fargesn - |
די שװעסטער חיה מיט די שװאַרצע צעפּ. | di shvester Khaye mit di shvartse tsep. |
| |
מײַן שװעסטער חיה מיט די אױגן גרינע, | mayn shvester Khaye mit di oygn grine, |
אַ דײַטש האָט אין טרעבלינקע זי פֿאַרברענט. | a daytsh hot in treblinke zi farbrent. |
און איך בין אין דער ייִדישע מדינה | un ikh bin in der yidishe medine |
דער סאַמע לעצטער, װאָס האָט זי געקענט. | der same letster, vos hot zi gekent. |
| |
פֿאַר איר שרײַב איך אױף ייִדיש מײַנע לידער | far ir shrayb ikh oyf yidish mayne lider |
אין טעג די שרעקלעכע פֿון אונדזער צײַט. | in teg di shreklekhe fun undzer tsayt. |
בײַ גאָט אַלײן איז זי אַ בת־יחידה ־ | bay got aleyn iz zi a bas-yekhide - |
אין הימל זיצט זי בײַ זײַן רעכטער זײַט. | in himl zitst zi bay zayn rekhter zayt. |