Lingua   

רומקאָװסקי חײם

Yankele Hershkovits [Yankele Hershkowitz] / יאַנקעלע הערשקאָװיץ
Pagina della canzone con tutte le versioni


Originale1. Traduzione italiana di Riccardo Venturi (13.8.2016)
רומקאָװסקי חײם

ייִדעלעך זײַנען געבענטשט מיט חײם,
חײם לעולם מװת,
חײם פֿון בית החײם,
רומלאָװסקי חײם מיט זײַן גרױסן נס.
ער מאַכט דיך נסים אױ,
יעדן טאָג אַזױ,
געװאַלד צו שרײַען, אױ, אױ, אױ,
יעדער אײַנער פֿרײגט:
אַ צװײַטע שאלה, אױ,
זאָגט ער חײם 'ס איז גוט אַזױ!

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

חײם װײַצמאַן האָט געזאָגט:
אַז ער װיל די ייִדן אין פּאַלעסטינאַ האָבן.
האָט זײַ געהײַסן אַקערנ זײען,
ער האָט זײַ דאָרטן גוט באַגראָבן.
אָבער אונדזער חײמם,
רומקאָװסקי חײם,
ער געט אונדז יעדן טאָג שירײם:
אײַנער אַ שטוק ברױט,
און צװײַטן אַ שטוק פֿערד
מע לײגט בײַ אם אױך טיף אין דרערד.

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

דער דריטער חײם פֿון בית החײם,
האָט מיט מלאך המװת אַ געט געשעפֿט געמאַכט:
עש זאָל אים צושטעלן מתים װאָס מער,
ער זאָל אים צושטעלן בײַ טאָג, בײַ נאַכט.
האָט זיך דער מלאך המװת גענומען
צו דער אַרבעט שנעל
ער מאַכט פון יעדן גיבור אױ אַ תל:
ער מאַכט דאָס פֿלינק,
ער מאַכט דאָס גוט,
ער מאַכט די גאַנצער געטאָ שװאַך און מיד.

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

אין אַ זומער טאָג,
געװײזן איז אַ טאָג אַ הײַסער,
גײט רומקאָװסקי אין דער גאַס,
ער זעט דיך אױס װי אַ קײסער.
אַ העלע אַנצוג, אױ,
און טונקעלע ברילן,
פּאַליצײַ אַרום באַװאַכט.
איך זאָג אױך גאָר
אונדזער קײסער האָט גראָר האָר,
לעבן זאָל ער גאַנצע הונדערט יאָר!

װײַל ער איז אונדזער חײם,
ער געט אונדז קלײַען,
ער געט אונדז גרױפּן,
ער געט אונדז מן.
פֿאַרצײַטנס האַבן די מידבר ייִדן געגעסן מן,
הײַנט עסט שױן יעדער װײַב איר מאַן.
רומקאָװסקי חײם האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעי שװער בײַ טאָג, בײַ נאַכט,
געמאַכט אַ געטאָ אין אַ דיעטאָ
אין ער שרײַט געװאַלד אַז ער איז געראַכט!

רומקאָװסקי חײם, דער עלצטער ייִדע,
איז אָנגעשטעלט בײָ די געסטאַפּאָ.
מיר ייִדעלעך זײַנען זײַנע ברידער,
און ער פֿאַרזאָרגט אונדז די פּאַפּאָ.
ער מאַכט דיך נסים אױ,
יעדן טאָג אַזױ,
געװאַלד צו שרײַען, אױ, אױ, אױ,
יעדער אײַנער פֿרײגט:
אַ צװײַטע שאלה, אױ,
זאָגט ער חײם 'ס איז גוט אַזױ!
רומקאָװסקי חײם

1.Ho qualcosa da dirvi, Ebrei:
Vi dirò un accidente di niente. [1]
Gli Ebrei già fanno gran profezie
“Che il ghetto aprirà per Shavu'ot!” [2]
Il giorno dopo lui fa un discorso,
Gli Ebrei già fanno scommesse
E cercano di indovinare di più;
Ma Rumkowski ride degli Ebrei:
“Chi se ne frega di quel che pensate!” [3]
E il ghetto rimane bello chiuso.

2.I've got for you, Jews, something to tell you:
It's a big nothing I've got to tell you.
The Jews mouth many prophecies already
"The Ghetto will open on Shavuot!"
A second day he makes a speech
Jews are already betting and trying to guess;
But Rumkowski laughs at the Jews:
"Who cares what you think!"
And still the ghetto is thighly closed .
[1] Il termine ebraico kadokhes significa alla lettera “grave malattia”, ma è usato gergalmente per “assolutamente nulla, un accidente di niente” ed espressioni del genere.

[2] Shavu'ot (“Settimane”, o “Festa delle Settimane”) è una delle tre feste bibliche di pellegrinaggio nel calendario ebraico. Cade nel 6° giorno del mese di Sivan (quindi tra il 14 maggio e il 15 giugno). Poiché cade 50 giorni dopo Pesach, gli ebrei di lingua greca le diedero il nome di Πεντηκοστή: da qui la “Pentecoste”. Generalmente è ritenuto il giorno in cui il popolo di Israele ricevette la Torah sul Monte Sinai, anche se nella Bibbia tale fatto non è menzionato espressamente.

[3] Ancora una volta, il senso gergale di “non importare nulla, fregarsene” è espresso con un termine (stavolta tedesco) dal significato di “malattia”, krenk (ted. Kränke).


Pagina della canzone con tutte le versioni

Pagina principale CCG


hosted by inventati.org