Lingua   

קינדער-יאָרן

Mordkhe Gebirtig [Mordechai Gebirtig] / מרדכי געבירטיג
Pagina della canzone con tutte le versioni


OriginaleTraduzione tedesca da Virtual Klezmer
קינדער-יאָרן

קינדער-יאָרן, זיסע קינדער-יאָרן,
אייביק בלייַבט איר וואַך אין מייַן זיכּרון!
ווען איך טראַכט פֿון אייַער צייַט,
ווערט מיר אַזוי באַנג און לייַד -
אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן!

נאָך שטייט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אויגן,
וווּ איך בין געבוירן, אויפֿגעצויגן,
אויך מייַן וויגל זע איך דאָרט,
שטייט נאָך אויף דעם זעלבן אָרט -
ווי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלויגן.

און מייַן מאַמע - אַך, ווי כ´פֿלעג זי ליבן,
כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן;
יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט
מיר נאָך אַזוי גוט באַקאַנט,
כאָטש קיין צייכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן.

נאָך זע איך דיך, פֿייגעלע, דו שיינע,
נאָך קוש איך די רויטע בעקלעך דייַנע,
דייַנע אויגן, פֿול מיט חן,
דרינגען אין מייַן האַרץ אַרייַן -
כ´האָב געמיינט, דו וועסט אַ מאָל זייַן מייַנע.

קינדער-יאָרן - יונגע, שיינע בלומען!
צ´ריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען;
יאָרן אַלטע, טרויעריקע,
קאַלטע, מרה-שחורהדיקע
האָבן אייַער שיינעם פּלאַץ פֿאַרנומען.

קינדער-יאָרן, כ´האָב אייַך אָנגעוווֹירן!
מייַן געטרייַע מאַמען אויך פֿאַרלוירן;
פֿון דער שטוב נישטאָ קיין פֿלעק,
פֿייגעלע איז אויך אַוועק -
אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן.

KINDERJAHRE

Kinderjahre, süße Kinderjahre,
ewig bleibt ihr wach in meinem Gedächtnis.
Wenn ich mich nach eurer Zeit sehne,
wird mir so bang und leid,
oh wie schnell bin ich schon alt geworden.

Noch steht das Haus vor meinen Augen,
wo ich geboren wurde und spielte.
Auch meine Wiege sehe ich dort,
steht noch an dem selben Ort,
wie ein Traum ist das alles vergangen.

Noch sehe ich dich, schönes Vögelchen,
noch küsse ich deine roten Backen.
Deine Augen mit Anmut erfüllt,
dringen in mein Herz hinein,
ich habe gedacht, du wirst einmal zu mir gehören.

Kinderjahre, ich habe euch hinter mir,
meine liebe Mutter auch verloren.
Von dem Haus nichts mehr übrig,
mein Vögelchen ist auch weg,
oh, wie schnell bin ich alt geworden


Pagina della canzone con tutte le versioni

Pagina principale CCG


hosted by inventati.org