L'Internationale
Eugène PottierYIDDISH / YIDDISH | |
די אינטערנאַציאָנאַל | DI INTERNATSYONAL |
שטײט אױף, איר אַלע, װער ווי שקלאַפֿן, אין הונגער לעבן מוז, אין נױט! דער גײַסט - ער קאָכט, ער רופֿט צו װאָפֿן אין שלאַכט אונדז פֿירן איז ער גרײט. די װעלט פֿון גװאַלדטאַטן און לײדן צעשטערן װעלן מיר און דאַן פֿון פֿרײַהײט, גלײַכהײט אַ גַן־עֵדֶן באַשאַפֿן װעט דער אַרבעטסמאַן. | Sheyt oyf, ir ale, ver vi shklafn, in hunger ledt ir un in not! Der geyst, er kokht, er ruft tsum vafn in shlakht undz firn ir er greyt. Di velt fun gvaldtatn un leydn tseshtern veln mir, un dan – fun frayhayt, gleykhhayt a ganeyedn bashafn vet der arbetsman. |
דאָס װעט זײַן שױן דער לעצטער און ענטשידענער שטײַט! מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל שטײט אױף, איר אַרבעטסלײַט! דאָס װעט זײַן שױן דער לעצטער און ענטשידענער שטײַט! מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל שטײט אױף, איר אַרבעטסלײַט! | Dos vet zayn shoyn der letster un antsheydener shtreyt mit dem Internatsyonal shteyt oyf der arbetsleyt. Dos vet zayn shoyn der letster un antsheydener shtreyt mit dem Internatsyonal shteyt oyf der arbetsleyt! |
ניין, קיינער וועט אונדז ניט באַפֿרײַען: ניט גאָט אליין און ניט קיין העלד- מיט אונדזער אייגענעם כּלֵי־זַיִן דערלייזונג ברענגען מיר דער וועלט. די גרויסע שטורעם־טעג זיי וועלן נאָר פֿאַר טיראַנען שרעקלעך זײַן; זיי קאָנען אָבער ניט פֿאַרשטעלן פֿון אונדז די העלע זונען־שײַן. | Neyn, keyner vet undz nisht bafrayen, nisht got aleyn un nisht keyn held, mit undzer eygenem kol-zmeyen derleyzung drengen mir der velt. Di groyse shturem-teg zey veln nor far tiranen shreklekh zayn; zey kumen ober farshteln fun undz di hele zunen-shayn. |
דאָס װעט זײַן שױן דער לעצטער און ענטשידענער שטײַט! מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל שטײט אױף, איר אַרבעטסלײַט! דאָס װעט זײַן שױן דער לעצטער און ענטשידענער שטײַט! מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל שטײט אױף, איר אַרבעטסלײַט! | Dos vet zayn shoyn der letster un antsheydener shtreyt mit dem Internatsyonal shteyt oyf der arbetsleyt. Dos vet zayn shoyn der letster un antsheydener shtreyt mit dem Internatsyonal shteyt oyf der arbetsleyt! |
דער ארבעטסמאַן וועט זײַן מֶמשָלָה פֿערשפרייטן אויף דער גאַנצער ערד, און פאַראַזיטן די מַפָּלָה באַקומען וועלן פֿון זײַן שווערד. אַראָפ דעם יאָך! גענוג געליטן, גענוג פֿאַרגאָסן בלוט און שווייס! צעבלאָזט דעם פֿײַער, לאָמיר שמידן כֹּל־זמן דאָס אײַזן איז נאָך הייס! | Der arbetsman vet zeyn memshole farshpreytn af der gantsen erd un parazitn di mapole bakumen veln fun zeyn shverd. Arop dem yokh! Genug gelisn! Genug fargasn blut un shveys! tseblazt dos fayer, lomir shmidn kol-zmeyen dos ayzn in nokh heys! |