| Trascrizione in caratteri latini: |
אונטער דײַנע ווײַסע שטערן | UNTER DAYNE VAYSE SHTERN |
| |
אונטער דײַנע ווײַסע שטערן | Unter dayne vayse shtern |
שטרעק צו מיר בײַן װײַסע האַנט. | shtrek tsu mir dayn vayse hant. |
מײַנע װערטער זײַנען טרערן | Mayne verter zaynen trern |
װילן רוען אין דײַן האַנט. | viln ruen in dayn hant. |
זע, אעס טונקלט וײער פֿינקל | Ze, es tunklt zeyer finkl |
אין מײַן קעלערדיקן בליק | in mayn kelerdikn blik |
און איך האָב גאָרניט קײן װינקל | Un ikh hob gornit keyn vinkl |
זײ צו שענקען דיר צוריק. | zey tsu shenken dir tsurik. |
| |
און איך װיל דאָך, ג-ט, געטרײַער, | Un ikh vil dokh, g-t, getrayer, |
דיר פֿאַרטרױען מײַן פֿאַרמעג. | dir fartroyen mayn farmeg. |
װײַל אעס מאָנט אין מיר אַ פֿײַר | Vayl es mont in mir a fayer |
און אין פֿײַער מײַנע טעג. | un in fayer mayne teg. |
נאָר אין קעלער און אין לעחער | Nor in keler un in lekher |
װײנט די מערדערישע רו. | veynt di merderishe ru. |
לױפֿ איך העחער – איבער דעחער | Loyf ikh hekher - iber dekher |
און איך זוך: װוּ ביסטו, װוּ? | un ikh zukh: vu bistu, vu? |
| |
נעמען יאָגן מי משונה | Nemen yogn mikh meshune |
טרעפ און הױפֿן – מיט געװױ. | trep un hoyfn - mit gevoy. |
הענג איך אַ געפלאַצטע סטרונע | Heng ikh a geplatste strune |
אין איך זינג צו דיר אַזױ: | un ikh zing tsu dir azoy: |