זאָג ניט קײנמאָל
Hirsh Glik / הירש גליקOriginal | La versione francese di Irene Kanfer |
זאָג ניט קײנמאָל | NE DIS JAMAIS |
זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ; ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Ne dis jamais : C'est mon dernier chemin, Le ciel grisâtre enferme de bleus demains - Viendra enfin notre heure tant attendue, Durement notre pas sonnera: nous voici. |
פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. | Des contrées vertes aux pays blancs de neige Nous apportons notre peine, notre douleur Chaque goutte de notre sang au sol versé Refleurira d'audace de nos armées. |
ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנט, און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. | Dès l'aube le soleil dorera notre aujourd'hui Le hier disparaîtra avec notre ennemi Et même si l'astre se noie dans le marais En porte-parole ces vers seront chantés ! |
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט, דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. | Non pas d'une plume, mais jailli de nos fibres, Ce chant n'est pas celui d'un oiseau libre Car c'est le chant d'un peuple tout entier L'arme à la main entre les murs écroulés. |
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג. ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ! | Donc, ne dis plus: C'est mon dernier chemin, Même si le ciel rend gris les bleus demains, Sûrement viendra notre heure tant attendue, Notre pas dur chantera: nous voici ! |