Language   

?װוּ אַהין זאָל איך גײן

Igor S. Korntayer [S. Korn-Teuer] / איגאָר ס. קאָרנטײַער
Language: Yiddish




דער ייׅד װערט געיאָגט און געפֿלאָגט.
נישט זיכער איז פֿאַר אים יעדער טאָג:
זײַן לעבן איז אַ פֿינסטערע נאַכי
זײַן שטרעבן, אַלץ פֿאַר אים איז פֿאַרמאַכט.
פֿאַרלאָזן, בלױז מיט שׂונאים, קײן פֿרײַנד.
קײן האָפֿענונג, אָן אַ זיכערן הײַנט.

וווּ אַהין זאָל איך גײן?
ווער קען ענטפֿערן מיר?
וווּ אַהין זאָל איך גײן?
אַז ס'איז פֿאַרשלאָסן יעדער טיר.

ס´איז די וועלט גרויס גענוג,
נאָר פֿאַר מיר איז ענג און קליין.
ווי אַ בליק כ´מוז צוריק
ס´איז צעשטערט יעדער בריק
וווּ אַהין זאָל איך גײן?

דאָרט אַהין וועל איך גײן.
אין מײַן לאַנד וואָס איז פֿרײַ
דאָרט אַהין וועל איך גײן
ווי עס אַלץ איז דאָרט נײַ

אַ לאַנד וווּ ײִדישקייט בליט
לעבן ווערט דאָרט פֿרײַ דער ײִד.
ישׂראל איז אונדזער הײם,
דער ײִד לעבט פֿרײַ אין זײַן הײם.
דאָרט אַהין וועל איך גײן.

ישראל אונדזער הײם
דער ייׅד לעבט פֿרײַ אין זײַן הײם
דאָרט אַהין וועל איך גײן
ישראל אונדזער הײם.



Main Page

Please report any error in lyrics or commentaries to antiwarsongs@gmail.com

Note for non-Italian users: Sorry, though the interface of this website is translated into English, most commentaries and biographies are in Italian and/or in other languages like French, German, Spanish, Russian etc.




hosted by inventati.org