Lingua   

גייען זיי אין די שוואַרצע רייען, אָדער נאַכט און רעגן

Mani-Leyb Brahinski / מאַני־לײב בראַהינסקי
Lingua: Yiddish


Mani-Leyb Brahinski / מאַני־לײב בראַהינסקי


אײַ לו לו לו, נאַכט און רעגן
אײַ לו לו לו, נאַכט און װינט,
אין דער נאַכט און דעם רעגן,
אין דער נאַכט און דעם װינט,
גײען מענטשן אױף די װעגן,
נאַס און הונגעריק װי הינט,
און פֿאַרװאָגלטע װי הינט,
און געטריבענע װי הינט.

אײַ לו לו לו, נאַכט און רעגן
אײַ לו לו לו, נאַכט און װינט,
לולינקע מײַן קינד,
לולינקע מײַן קינד.

און װוּהין די מענטשן גײען,
װײס די נאַכט און װײס דער װינט,
אָן געװײן און אָן געשרײען,
אין דער נאַכט און דעם װינט,
גײען זײ אין שװאַרצע רײען,
נאַס און הונגעריק װי הינט,
און פֿאַרװאָגלטע װי הינט,
און געטריבענע װי הינט.

אײַ לו לו לו, נאַכט און רעגן
אײַ לו לו לו, נאַכט און װינט,
לולינקע מײַן קינד,
לולינקע מײַן קינד.



Pagina principale CCG

Segnalate eventuali errori nei testi o nei commenti a antiwarsongs@gmail.com




hosted by inventati.org